R' Tzvi Yonasan Marton shiurim
Begadim as foundation of tzitzis — expanded kuntres
7 chapters, 30fn
18 במרץ 2026 · Adar 5786 · שפראך פון דעם שיעור: עברית
אויפן טעלעפאן, אראפלאדן דעם קובץ. דער לייענער עפנט זיך נאר ווען מען דריקט.
אינהאלט
עולם הבגדים ומשמעותםהקדמה: סדרת שיעורים על ציציתא. חשיבות מצות ציצית אין דעם דורב. "כנף בגדיכם" - דער בגד אלס יסודג. א באמערקונג וועגן ציצית אין אונזער צייטחלק א': בגדים אלס שפראךא. די גמרא אין מנחות דף ל"ט: "יהא גלימא"ב. בגדים אלס כלי פון קאמוניקאציעג. לבוש איז א שפראך, נישט נאר עסטעטיקד. ציצית: דער בגד וואס רעדטחלק ב': די פאראלעל פון גן עדן און משכןא. כלל רב צדוק: די ערשטע מופעה אין תורהב. די זעלבע חומרי גלם: בראשית און תרומהג. דער משכן איז דער גן עדן בזה העולםד. "לעבדו ולשמרו" - די זעלבע עבודהה. "כרובים" מיט "שוכן" - ביי ביידע פרשיותו. "וישמע את הקול" - נוכחות ה' ביי ביידעחלק ג': תפקידי הבגדא. בושה: דער בגד אלס מענטשלעכער יסודב. מעשה נח: דער בגד אלס יסוד המענטשלעכקייטג. הגנה: דער בגד אלס פאנצערד. כבוד ודיגניטי: דער בגד וואס רעדטה. אידענטיטעט: דער בגד אלס "איי.די."ו. סטאטוס און יוניפארםז. דער בגד אין נביאים: זכריה'ס חזוןחלק ד': בגדים, בושה, און דער "זעלבסט" פונעם מענטשא. "אל תסתכל בקנקן" לעומת "בזמן שבגדיהם עליהם"ב. דער בגד אלס "זעלבסט" - מענטש vs. בעל חיג. "פערסאנע" - דער עטימאלאגישער קשרד. דער עומק: בגד = יכולת צו "זעלבסט-באשטימונג"סיכום און המשךשיעור בענין
עולם הבגדים ומשמעותם
יסוד להבנת מצות ציצית
מתוך סדרת שיעורים על מסכת מנחות
(דף ל"ז ע"ב, ל"ח, ל"ט ע"א)
מעובד ומסודר מתוך השיעור בעל-פה
הקדמה: סדרת שיעורים על ציצית
בסייעתא דשמיא האבן מיר געלערנט דף ל"ז עמוד ב', ל"ח, ל"ט עמוד א' אין מסכת מנחות, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין די סוגיא פון ציצית. דער שיעור הויבט אן אינמיטן די סדרה - מ'גייט גלייך צו די גמרא, מ'האט נישט געלערנט די משנה פון דף ל"ט עמוד א'.
וואס איך וויל פראבירן צו טון איז: דא קומט א פולע סעריע פון שיעורים אויף ציצית. אין דער צווייטער חלק פון דעם שיעור וועלן מיר אריינגיין א ביסל אין דעם ענין פון ציצית. מיר האבן פראבירט אזוי צו טון ביי תפילין - צו זען א ביסל קענען פארשטיין די תורה אין וואס זענען די חומרים וואס חז"ל האבן געניצט צו מעצב זיין די ציצית, אין צוזאמענהאנג מיט וואס ציצית מיינט.
א. חשיבות מצות ציצית אין דעם דור
דער ר' אלימלך זאגט אין נועם אלימלך אז דער עיקר מצוה פון דעם דור איז ציצית. דארף מען פארשטיין וואס דער ר' אלימלך מיינט - פארוואס איז די מצוה פון ציצית אזוי סיגניפיקענט פאר דעם דור? ס'שטייט א מדרש פסיקתא רבתי אויף דעם, אבער מיר וועלן פראבירן צו געבן א שטיקל הסבר אויף אונזער אייגן. מ'וועט נאך זען ווי אזוי דער ר' אלימלך איז געניצט געווארן אלס א חלק פון אן ארגומענט אין א גרויסע פולמוס פון תכלת.
ב. "כנף בגדיכם" - דער בגד אלס יסוד
כדי צו רעדן פון ציצית דארף מען קודם פארשטיין וואס א בגד איז. ציצית איז "כנף בגדיכם" - מ'לייגט עס אין די עק פון דעם בגד. אן דעם וואס מ'פארשטייט נישט וואס א בגד איז, קען מען נישט פארשטיין וואס ציצית איז. ברוך השם האבן מיר שוין א ביסל גערעדט פון א בגד ביי די סוגיא פון בגדי כהונה, וואו מיר האבן פראבירט צו רעדן פון די בגדים פון בגדי כהונה און זייער משמעות.
אין די קומענדיגע שיעורים פלאנט מען צו איבערגיין די פרשה'ס אין די תורה - פרשת שלח, פרשת כי תצא - און זען וואס די פסוקים זאגן אויף ציצית. ווען מ'הערט אויס די פסוקים ריכטיג, הערט מען פלוצלינג די תנאים, די אמוראים, די ראשונים, די אחרונים - וואס בעצם ציצית איז. תמצית תורה שבעל פה איז ממש מחובר צו תורה שבכתב.
ג. א באמערקונג וועגן ציצית אין אונזער צייט
דער רמב"ם זאגט אין פירוש המשניות באמערקונגען וועגן ציצית וואס זענען וויכטיגע יסודות פאר יעדן טאג. אבער א וויכטיגע נקודה איז: אונז זעען שוין נישט די ציצית אזוי ווי פריערדיגע חכמים. ביי פריערדיגע חכמים איז ציצית געווען נאך א נאטירליכער חלק פון דעם בגד, א "continuation" פון דעם קלייד. היינט, אבער, זעען מיר עס מער ווי א "religious" צולייג. דער חילוק איז וויכטיג צו פארשטיין.
חלק א': בגדים אלס שפראך
א. די גמרא אין מנחות דף ל"ט: "יהא גלימא"
די גמרא אין מנחות דף ל"ט ברענגט:
רבה בר בר חנה הוי יתיב, הוה כחולה ואזיל לגבייהו. דורכגעגאנגען פון זיי א מענטש - ומיכסא גלימא דכוליה תכלתא - ער איז געגאנגען מכוסה מיט א טלית וואס איז כולו תכלת. ורמי עליה... די גאנצע ציצית איז געווען א גדיל און קיין ענף בכלל - נאר א גדיל אליין.
אין דעם זעהן מיר א מחלוקת צי מ'איז יוצא מיט אזא ציצית - צי עס מוז זיין "גדיל מיט פתיל" אדער ס'קען זיין א גדיל אליין. דאס וועלן מיר זען אין דער המשך פון דער גמרא.
אבער וואס איז מער מרמז דא? קוקט וואס רב זאגט:
רב אמר: יהא גלימא ולא יהא תכלתא - א שיינע טלית אבער קיין געשיינע ציצית. רב הונא אמר: יהא גלימא ויהא תכלתא.
וואס וויל ער ארויסברענגען ביי רב? אז אפילו רב - וואס זאגט מ'איז נישט יוצא די ציצית - ווייסט צו דערקענען "יהא גלימא". רב פארשטייט זיך אין בגדים. ער קען אפשאצן א שיינע גלימה. רב הונא זאגט "יהא גלימא ויהא תכלתא" - אבער קודם כל "יהא גלימא". דהיינו, מ'דארף א ביסל אריינגיין אין א וועלט וואס איז ביי אונז שוין נישט אזוי שטארק דא אויף "דער סורפעס." מ'דארף זיך אריינלייגן אין די וועלט פון בגדים כדי צו פארשטיין וואס איז ציצית.
ב. בגדים אלס כלי פון קאמוניקאציע
איך שטעל א שאלה: וואס איז דער עיקר כלי דורך וועלכן א מענטש גיט איבער תוכן פאר די וועלט? אין דעם משפטי'שן ספער איז די תשובה נאר ווערטער - "על פי שנים עדים יקום דבר." ווערטער זענען די מטבע עובר לסוחר אין בית דין.
אבער ווען מ'טראכט מער אינטואיטיוו, איז די תשובה נישט נאר ווערטער. בגדים זענען אויך א כלי איבערצוגעבן תוכן. נאך פאר א מענטש מאכט אויף זיין מויל, דזשאדזשן מיר שוין דעם מענטש, מיר קאטעגאריזירן אים - לויט די לבוש וואס ער גייט. אין א גרויסן וועג איז אונזער תעודת זהות, די אידענטיפיקאציע פונעם מענטש, א סך מער לויט די "visuals" וואס דער מענטש טראגט. דאס איז "יהא גלימא" וואס מ'האט געזען ביים רב.
טאקע, ווי ווערטער קענען זיין "deceiving", אזוי קענען אויך בגדים זיין. אבער פונקט ווי דאס נעמט נישט אוועק די מורא'דיגע ראלע וואס ווערטער האבן צו עקספרעסן תוכן, אזוי אויך מיט בגדים.
ג. לבוש איז א שפראך, נישט נאר עסטעטיק
אין די אלטע וועלט איז לבוש נישט נאר עסטעטיק. לבוש איז א שפראך. לבוש איז משדר א געוויסע מעמד, א געוויסע תפקיד, א געוויסע מהות. אפילו ביי אונז היינט, אין אונזער אינטואיציע, ווייסן מיר דאס. אבער אין דער אלטער וועלט איז דאס געווען נאך מער אויסגעשפראכן.
ד. ציצית: דער בגד וואס רעדט
ציצית איז אנדערש פון תפילין און מזוזה. תפילין און מזוזה זענען חפצא דקדושה חיצוניים וואס ליגן אויף דעם גוף אדער אויף דעם הויז. אבער ציצית איז א חלק פון דעם בגד אליין - "על כנפי בגדיהם."
די תורה זאגט "וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות ה' אלקיכם." בעצם דרייט ציצית איבער דעם סתם בגד צו א בגד מיט א קול - א בגד מיט א וואויס. דער בגד שרייט, אזוי צו זאגן:
"וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות ה'... ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם, למען תזכרו ועשיתם את כל מצוותי והייתם קדושים לאלקיכם, אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים להיות לכם לאלקים, אני ה' אלקיכם אמת."
די ציצית משדרג'ט דעם לבוש צו איבערגעבן א רוחניות'דיגע מעסעדזש.
חלק ב': די פאראלעל פון גן עדן און משכן
א. כלל רב צדוק: די ערשטע מופעה אין תורה
כדי זיך צו מעמיק זיין אין די מיסטיק פון בגד, ניצן מיר א וויכטיגע כלל פון רב צדוק הכהן מלובלין: יעדע זאך וואס דו ווילסט פארשטיין אין תנ"ך, איז זייער וויכטיג צו קוקן די ערשטע מאל וואס עס איז מופיע אין די תורה - ווייל דאס גיט דעם נעראטיוו, דעם משמעות פון דער זאך. דעם כלל נעמט מען אן אויך אלס א מחקרי'דיגע כלל.
ממילא, ווען מ'וויל רעדן פון בגדים, דארף מען רעדן פון די כתנות עור פון פרשת בראשית, גלייך נאכן חטא פונעם מענטש. "כתנות עור" מיט אן עי"ן - אבער "בתורתו של ר' מאיר שטייט כתנות אור" מיט אן אל"ף. דאס מיינט צו זאגן: דער תפקיד פונעם כתונת איז נישט סתם עור סתם צו באדעקן דעם מענטש. נאר ס'איז אור - ס'איז ליכט - ס'משדר א מעסעדזש.
ב. די זעלבע חומרי גלם: בראשית און תרומה
הרב ר' דוב סאבאטאו איז עומד געווען אויף א מרשימ'דיגע נקודה: ווען מ'קוקט אין שמות קאפיטל כ"ה פסוק ג' ביז ז', שטייט:
וזאת התרומה אשר תקחו מאיתם: זהב וכסף ונחושת, תכלת וארגמן ותולעת שני ושש ועזים, ועורות אילים מאדמים ועורות תחשים ועצי שיטים, שמן למאור בשמים לשמן המשחה ולקטורת הסמים, אבני שהם ואבני מלואים לאפוד ולחושן.
אין עטליכע פסוקים ווערן דא מאנט: זהב, עצים, אבני שהם. איצט קוקט אריין אין פרשת בראשית קאפיטל ב' פסוק י"ד ביז י"ב:
ועץ החיים בתוך הגן ועץ הדעת טוב ורע... ונהר יוצא מעדן להשקות את הגן... שם האחד פישון הוא הסובב את כל ארץ החוילה אשר שם הזהב, וזהב הארץ ההיא טוב שם הבדולח ואבן השהם.
מען זעט קלאר: די תורה ניצט ביי ביידע פרשיות די זעלבע מטבעות - זהב, עצים, אבני שהם. די חומרי הגלם פון דעם משכן זענען אייניג צו די חומרי הגלם וואס די תורה לייגט אראפ ביים גן עדן. דאס הייסט עס איז דא א ציור - דער גן עדן מיט דעם משכן זענען מקביל.
ג. דער משכן איז דער גן עדן בזה העולם
אין א געוויסע וועג, אפילו נאכן חטא, איז דא דער גן עדן אויף דער וועלט - און דאס איז דער משכן. וואס איז דער גן עדן? א פלאץ וואו דער אייבערשטער גייט מתהלך - "God dwelling in Gan Eden." דער זעלבער ענין איז אינעם מקדש.
דעם מדרש אין שיר השירים רבה (ה', א') זאגט עס קלאר:
"באתי לגני" - לגנוני, למקום שהיה עיקרי מתחילה. ווייל עיקר שכינה בעולם התחתונים. הדא הוא דכתיב "וישמעו את קול ה' אלקים מתהלך בגן." חטא אדם הראשון - נסתלקה השכינה לרקיע ראשון... עמד משה והורידהו לארץ. ואימתי שרתה שכינה? ביום שהוקם המשכן, שנאמר "ויהי ביום כלות משה להקים את המשכן."
ד. "לעבדו ולשמרו" - די זעלבע עבודה
וואס איז געווען דער תפקיד פון אדם הראשון אין גן עדן? "לעבדו ולשמרו" (בראשית ב', ט"ו). דער בעל הזוהר זאגט בשם מדרש הגדול אז "לעבדו ולשמרו" מיינט עבודת הקרבנות.
איצט קוקט אין במדבר קאפיטל ג' פסוקים ו'-ח':
"הקרב את מטה לוי והעמדת אותו לפני אהרן הכהן ושרתו אותו, ושמרו את משמרתי ואת משמרת כל העדה לפני אהל מועד לעבוד את עבודת המשכן, ושמרו את כל כלי אהל מועד ואת משמרת בני ישראל לעבוד את עבודת המשכן."
די ארבעט אין משכן איז "לעבדו ולשמרו" - די זעלבע ארבעט ווי אין גן עדן. גן עדן און בית המקדש - א זעלבע עבודה.
ה. "כרובים" מיט "שוכן" - ביי ביידע פרשיות
ביי ביידע פרשיות זעט מען דאס ווארט "כרובים" לעבן דאס ווארט "שוכן":
אין פרשת תרומה (שמות כ"ה):
"ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם... ונועדתי לך שם ודברתי אתך מעל הכפורת מבין שני הכרבים אשר על ארן העדות."
און אין בראשית (ג', כ"ד):
"ויגרש את האדם וישכן מקדם לגן עדן את הכרבים ואת להט החרב המתהפכת לשמר את דרך עץ החיים."
ו. "וישמע את הקול" - נוכחות ה' ביי ביידע
נאך א פאראלעל: אין בראשית ג', ח' שטייט:
"וישמעו את קול ה' אלקים מתהלך בגן לרוח היום... ויאמר את קולך שמעתי בגן ואירא כי עירום אנכי ואחבא."
און אין במדבר ז', פ"ט:
"ובבוא משה אל אהל מועד לדבר אתו, וישמע את הקול מדבר אליו מעל הכפרת אשר על ארון העדות מבין שני הכרובים, וידבר אליו."
מ'זעט א קלארע פאראלעל ביי ביידע זאכן - דאס הערן פון קול ה' אין א מקום פון שכינה.
חלק ג': תפקידי הבגד
א. בושה: דער בגד אלס מענטשלעכער יסוד
קודם כל דארף מען פארשטיין: א מענטש איז נישט געקומען אויף דער וועלט מיט א בגד. א בגד איז געגעבן געווארן פארן מענטש נאר נאכן חטא פון אדם וחוה. שטייט אין בראשית:
"ויהיו שניהם ערומים האדם ואשתו ולא יתבששו" (ב', כ"ה). "ויעש ה' אלקים לאדם ולאשתו כתנות עור וילבשם" (ג', כ"א).
דער חטא האט גורם געווען די פילינג פון בושה - אז זיי זענען ערומים. און די בושה האט מוליד געווען דעם בגד.
בושה איז בעצם א הגדרה פון "human being." בעלי חיים האבן נישט קיין בושה. מענטשן האבן בושה - מ'דארף גיין מיט בגדים. חז"ל זאגן אין כתובות דף ח' עמוד ב' אז סימנא דכלל ישראל איז בושה. ווען דו האסט נישט קיין בושה ביסטו נישט קיין "human being" - ביסט א "being" אבער די "human" זאך פעלט.
דער בגד ווערט אנגערופן "לבוש." וואס הייסט "לבוש"? א פשט'ל: "לא-בוש." דארט וואו דער בגד איז - איז שוין נישטא די בושה. דער בגד ווערט אן אינטעגראלער חלק פונעם מענטש.
ב. מעשה נח: דער בגד אלס יסוד המענטשלעכקייט
דעם ענין זעט מען קלאר ביי נח. ווען ער איז געווען שיכור, האט חם אויסגעטאן זיינע בגדים. שיכורות מיינט א מענטש פארלירט דעם "ניקנעס" פונעם גשמיות - ער ווערט א בעל חי, ער פארלירט די קאנטראלע וואס א מענטש האט אויף זיך.
חם האט נישט סתם פארשעמט דעם טאטע - ער האט אים געמאכט "אויס מענטש." פארדעם וואס שם ויפת האבן צוריקגעלייגט דעם בגד, האט נח נישט געקענט שאלטן. ער איז נישט ביכולת - ער איז נישט קיין מענטש אן א בגד. נאכדעם וואס ער ציט זיך צוריק אן דעם בגד, ערשט דאן האט ער די יכולת ווי א מענטש צו שאלטן. א בעל חי קען נישט שאלטן.
דהיינו, ס'פעלט דעם בגד פונעם מענטש - פעלט א חלק פונעם מענטש אליין.
ג. הגנה: דער בגד אלס פאנצער
דער בגד האט אויך א פאנקציאנעלע ראלע - מחמם זיין דעם גוף, הגנה פון קעלט, פון היץ, פון רעגנס. די תורה איז מדמה דעם צורך פון א בגד צום צורך פון אכילה, ווי ביי יעקב אבינו:
"ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש" (בראשית כ"ח, כ"א)
דוד המלך האט געהאט א מאדנע פראבלעם ביי זיין זקנה - "ויכסוהו בבגדים ולא יחם לו" (מלכים א', א'). חז"ל זאגן ער איז נענש געווארן פאר דעם וואס ער האט מזלזל געווען א בגד - מיטן כנף הבגד.
ד. כבוד ודיגניטי: דער בגד וואס רעדט
דער בגד איז נישט נאר צו מכסה זיין. דער בגד רעדט אויך - ער עקספרעסט. ווייל דער בגד ווערט אזוי אן אינטעגראלער חלק פונעם מענטש, איז אין הלכה אבילות און חורבן עקספרעסט דורך דעם בגד. ווען איך צערייס א בגד, צערייס איך מיין דיגניטי. ר' יוחנן קרי למאני "מכבדותא" - דער בגד ברענגט די כבוד פונעם מענטש.
פארוואס קריעה? ווייל דער בגד ווערט "דער אייגענער" (the own). דער בגד ווערט "דער גייסט." ס'איז אן "extension" פונעם מענטש. די קריעת הבגד איז פגיעה אין דער כבוד פונעם וואס טראגט דעם בגד.
ה. אידענטיטעט: דער בגד אלס "איי.די."
דער בגד ווערט אין דער אמאליגער וועלט אזוי אינטעגראל צום מענטש אז ער ווערט א חלק פונעם מענטש'ס אידענטיטעט. ווי אזוי זעט מען דאס? ווען יעקב אבינו זעט די כתונת פסים פון יוסף - צעריסן מיט בלוט - איז דאס גענוג "פרוף" אז דא האסטו דעם מענטש. דער בגד רעפרעזענטירט דעם מענטש.
ראובן האט צעריסן זיין בגד ווען ער האט געזען אז יוסף איז נישט דא. די שבטים האבן צעריסן זייערע בגדים ווען זיי האבן געהערט דברי חרפות. אין תנ"ך האט דער בגד אזא "וואויס" - ער רעדט.
ו. סטאטוס און יוניפארם
יעקב אבינו האט געמאכט א כתונת פסים פאר יוסף - צו ארויסברענגען א הויכערן סטאטוס. בני מלכים גייען אויך מיט כתונת פסים, ווי ס'שטייט ביי תמר בת דוד (שמואל ב' י"ג, י"ח).
ר' יוחנן זאגט אונז אין שבת קי"ג ע"א די באקאנטע מימרא: דער בגד הייסט "מאניה מכבדותיה" - מיינע כלים זענען מיין כבוד.
דער בגד איז אויך משמש פאר א סימבאל פאר דעם סטאטוס פונעם מענטש: א מלך האט א כתר מלכות, א כהן גדול האט אכט בגדי כהונה (בגדי פאר), א כלה האט ספעציעלע בגדי לבוש, א איד דארף בגדי שבת.
ז. דער בגד אין נביאים: זכריה'ס חזון
אין מסכת סנהדרין צ"ד האט די גמרא געברענגט פסוקים פון זכריה (קאפ' ג') וועגן יהושע בן יהוצדק הכהן הגדול:
"ויהושע היה לבוש בגדים צואים ועומד לפני המלאך... הסירו הבגדים הצואים מעליו. ויאמר אליו ראה העברתי מעליך עוונך והלבש אותך מחלצות."
רש"י ברענגט בשם חז"ל אז "בגדים צואים" איז מרמז אז זיינע קינדער האבן חתונה געהאט מיט נשים נכריות. די החלפת הבגדים סימבאליזירט די תיקון החטא. ביי תנ"ך זענען בגדים נישט סתם בגדים - "בגדים צואים" מיינט דעם משבר וואס איז דא אין דער הנהגה פון דער עליט.
חלק ד': בגדים, בושה, און דער "זעלבסט" פונעם מענטש
א. "אל תסתכל בקנקן" לעומת "בזמן שבגדיהם עליהם"
ס'איז דא א לאטיינישער פתגם (cucullus non facit monachum): "דער קוקולוס (גלימה) קען נישט מאכן דעם נזיר א נזיר." דהיינו ס'דא א נתק צווישן דעם סמל לגבי די מציאות.
ענליך צו דעם איז די משנה אין אבות פרק ד' משנה כ': "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו." א סך מאל איז דער לבוש, די עטיפה החיצונית פונעם מענטש, נאר מטעה. דאס ווארט "בגדים" איז מלשון "בגידה," ווי "בגד בוגדים." דאס ווארט "מעיל" איז א לשון פון "מעילה." מ'זעט מבחינה לשונית אז בגדים קענען דיסיוון.
אבער - בנגד צו דעם, ביי יהדות איז דער לבוש נישט סתם סימבאליש. זאגן חז"ל:
"בזמן שבגדיהם עליהם - כהונתם עליהם. בזמן שאין בגדיהם עליהם - אין כהונתם עליהם."
דער לבוש איז אן ענין מהותי. ער מאכט דעם מענטש פאר א מענטש. די בגדי כהונה זענען מגדיר די מעטאפיזישע סטאטוס פונעם כהן - א כהן אן בגדים איז א "זר" וחייב מיתה. דער בגד איז נישט סתם באדעקונג - ס'איז א קליידונג וואס הויבט דעם מענטש אלס א חלק פון די מערכת המקדש.
דאס שטימט מיט דעם ספר החינוך, מצוה ט"ז, וואס זאגט: "אדם נפעל לפי פעולותיו ולבו ומחשבותיו תמיד אחר מעשיו." דהיינו: חיצוניות, דער מעשה, דער לבוש - איז נישט אייביג א תוצאה פון דער פנימיות. א סך מאל איז עס דער גורם וואס איז מעצב דער פנימיות.
ביידע נקודות טראגן אן אמת. אלו ואלו דברי אלקים חיים. מצד אחד דארף מען קענען אידענטיפיצירן דעם אמת הינטער דעם מאסק. מצד שני, אן א מאסק, אן א בגד, איז דער מענטש בעצם נאקעט - ער פעלט אן א חלק פון זיין מענטשלעכקייט.
ב. דער בגד אלס "זעלבסט" - מענטש vs. בעל חי
דער מענטש אין גן עדן פאר דעם חטא האט נישט געהאט קיין בושה, פונקט ווי בעלי חיים. א בעל חי האט נישט קיין "סעלף." א בעל חי איז א חלק פון דער טבע. דער מענטש פארן חטא איז אויך געווען אזוי - אין א הויכע ניווא, אן קיין "סעלף," א חלק פון דער טבע.
נאך דעם חטא האט דער מענטש באקומען דעם "סעלף." די בושה מיינט: דער מענטש האט א "סעלף," אן "אני," אן אידענטיטעט. ער איז שוין נישט נאר א חלק פון דער עולם הטבע. ער קען זען די טבע אין דרויסן פון זיך. ממילא קען ער ערפינדן זאכן, טון זאכן - ער האט דעת.
קליידער רעפרעזענטירן דאס. קליידער רעפרעזענטירן אז דער מענטש האט א "סעלף," האט אן "אני," האט אן אידענטיטעט. ער איז א פערסאנע. אן קליידער מיינט אזוי ווי בעלי חיים - מ'איז א חלק פון דער נאטור, אן קיין פרטיות, אן קיין יכולת אפצומאכן ווי אזוי מ'וויל ווערן רעפרעזענטירט.
ג. "פערסאנע" - דער עטימאלאגישער קשר
אינטערעסאנט: דאס ווארט "פערסאנע" (persona) איז א לאטייניש ווארט וואס קומט פון "per sonare" - "צו הדהד דורך." עס קומט מילכתחילה פון דעם קלאסישן טעאטער - א מאסק וואס גיט דעם מענטש'ס "סעלף" א ביטוי. שפעטער איז עס אריבערגעגאנגען צום עולם המשפטי - א "legal person" מיינט איינער וואס האט רעכט, וואס האט א "סעלף."
דאס איז ממש איינע מיט אונזער שמועס. די בגדים זענען דער כוח וואס גיט דעם "סעלף" פונעם מענטש. א מענטש אן א בגד איז אינגאנצן "אומשלום" אין היינטיגע צייטן.
ד. דער עומק: בגד = יכולת צו "זעלבסט-באשטימונג"
ווען חם האט אויסגעטאן די בגדים פון נח, האט ער בעצם אוועקגענומען זיין יכולת אפצומאכן ווי אזוי ער וויל ווערן רעפרעזענטירט אויף דער וועלט. דער בגד איז די מחיצה וואס איז מאפשר פאר אונז אויסצומאכן נישט נאר וואס צו באדעקן - נאר וואס צו לאזן אפן און וואס צו באדעקן, וואס צו מגלה זיין און וואס נישט. דאס גיט אונז פרייהייט, דאס גיט אונז דעם "סעלף."
דאס איז די יכולת פון א בגד: אז איך האב בכלל אן אידענטיטעט פון אן "אני." איך האב פרטיות. איך קען מגלה זיין וואס איך וויל מגלה זיין. דאס איז די רעפרעזענטאציע פון בגד.
סיכום און המשך
מ'דארף נאך א ביסל הערן די "וואויסעס" ווי דער בגד שרייט. מ'דארף אנהויבן צו זען וואס מיינט דער "קאמף" ביים בגד - וואס ציצית, אלס חלק פון דעם בגד, וויל אונז זאגן. דאס וועט אי"ה ממשיך זיין אין די קומענדיגע שיעורים.
הצלחה רבה.
טעקעס
מנחות Menachos / tzitzis