R' Shlomo Lichtenstein shiurim

קונטרס הכנה לשבועות ומתן תורה

כפיית הר כגיגית, אנכי ולא יהיה לך, אור ישר ואור חוזר

20 במאי 2026 · Sivan 5786 · שפראך פון דעם שיעור: עברית

אראפלאדן PDF

אויפן טעלעפאן, אראפלאדן דעם קובץ. דער לייענער עפנט זיך נאר ווען מען דריקט.

אינהאלטקונטרסהכנה לשבועות ומתן תורההגאון המקובל מורנו ורבנור' שלמה ליכטענשטיין שליט"א[א] פתיחה — קושיית "כפה עליהם הר כגיגית"[ב] לימוד פנימיות התורה — מבוא לתורה כפשוטה[ג] אדם הראשון בגן עדן וחטא עץ הדעת[ד] עשרה מאמרות נברא העולם[ה] גלות מצרים — שורש הנשמות ותיקונן[ו] עשר מכות — סוד הזיווג דהכאה[ז] רמז החתם סופר — "כל האומר דבר בשם אומרו"[ח] שיעור החומש מהקלויזענבורגער רב — תורה תבלין[ט] עשרת הדברות — שורש כל התורה כולה[י] שיטות הראשונים במצות "אנכי"[יא] משה רבינו וסדר פרשת דברים ופרשת ואתחנן[יב] נעשה ונשמע — סוד הקדמת המעשה[יג] משך חכמה — הטבת הנרות והטבת הקטורת[יד] טעמים עליונים ולוחות הברית[טו] סוד "אנכי ולא יהיה לך" — אור ישר ואור חוזר[טז] חטא העגל וקדושת לוי — "גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך"[יז] סיכום — מהשבועות אל ימות החולהערות

בס"ד

קונטרס

הכנה לשבועות ומתן תורה

בענין כפיית הר כגיגית, אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה,

סוד עשרה מאמרות עשר מכות ועשרת הדברות

ושורש אור ישר ואור חוזר במעמד הר סיני

שיעור מאת

הגאון המקובל מורנו ורבנו

ר' שלמה ליכטענשטיין שליט"א

נסדר ונערך לכבוד יום טוב של חג השבועות

זמן מתן תורתנו

שנת ה'תשפ"ו לפ"ק

[א] פתיחה — קושיית "כפה עליהם הר כגיגית"

מ'פרעגט כסדר, אדער דער עולם פרעגט כסדר "כפה עליהם הר כגיגית"[1], דו האסט דאך אנגעכאפט אין די גמרא, מ'האלט יעצט פאר שבועות מתן תורה, וואס איז פשט "כפה עליהם הר כגיגית"? "אלפים שנה קדמה תורה לעולם"[2] איז דאך בחז"ל אויף מתן תורה, רייט? וואס איז פשט "כפה עליהם הר כגיגית"? זיי האבן שוין מקבל געווען די תורה!

ס'איז דאך אלע מאמרי חז"ל ווען מ'רעדט זמנים, כביכול וואס די תורה איז געווען פאר בריאת העולם, רעדט מען דאך פאר בריאת העולם, פאר מתן תורה. ס'איז דא א חז"ל אז די תורה איז געווען... אלפים שנה קדמה תורה לעולם. ס'איז דא א חז"ל אז די תורה איז געווען "ואהיה אצלו אמון והיה שעשועים יום יום"[3], אז דער אייבערשטער כביכול האט זיך משתעשע געווען מיט די תורה צוויי טויזנט יאר, און נאכדעם איז דאך "והיה אצלו אמון, והיה שעשועים יום יום".

וואס מיינט עס? מ'זאגט "השם נידס עברי יוד". יא, ס'איז אמת, ס'איז נישט קיין מענטש וואס איז כפירה אדער עפעס אזוינס. פארוואס איז עס כפירה? ס'איז כאילו מ'זאגט אז דער אייבישטער פעלט עפעס, ער דארף עפעס... אז השם נידס עברי יוד, און השם נידס אז מ'זאל טון די תורה.

יענער האט שוין א חלק על חלק גוט געווען צו כאפן, אז כביכול פונקט אזוי ווי דער אייבערשטער וויל די תורה, וויל ער יעדע איד, ווייל אן די אידן, די תורה רעדט ער דאך צו אידן. ער האט דאך נישט געוואלט געבן פאר די אומות העולם. ער האט עס נישט דווקא געוואלט געבן פאר אידן, ס'איז השם נידס.

וואס איז דא א גוטע קשיא? וואס איז די מיינונג פון די קשיא? וואס מיינט "השם נידס"? וואס האט דער אייבערשטער אונז געגעבן ביי הר סיני? "כפה עליהם הר כגיגית". אז מ'לערנט עס כפשוטו איז כדי דער רבונו של עולם זאל האבן א ברירה, רייט? אז ער זאל נישט מקבל זיין די תורה דארף ער חרוב מאכן די גאנצע וועלט. נו, אז מ'לערנט עס אזוי, סאונדט עס אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער דארף עס, איך קען נישט. פון די אנדערע זייט ווייסט מען אז ס'איז דא א כפירה.

[ב] לימוד פנימיות התורה — מבוא לתורה כפשוטה

אלע מאמרי חז"ל, אז מ'לערנט נישט פנימיות, איז זייער שווער צו מסביר זיין. אפילו ווען מ'לערנט פנימיות, דארף מען וויסן וועלכע ספרים מען לערנט, און וויאזוי מען איז דאס מסביר. ס'איז נישט אייביג פיקס, מ'זאגט א געוויסע קו. מ'דארף אייביג פארשטיין אז יעדע זאך וואס מ'לערנט — ספעציעל אין אגדה — איז דא די קשיות וואס מ'האט אויף אים פרעגן.

ווען מ'לערנט קבלה, מ'רעדט פון זאכן וואס מ'האט זיך נישט צוגעוואוינט צו הערן. מ'הערט פלוצלינג אז ס'איז דא א רוחניות'דיגע וועלט, איך ווייס נישט וואס דאס איז. ס'איז דא אן "אדם קדמון", ווער איז דאס? דער אייבערשטער האט נישט קיין גוף. סאו, הייבט מען אן פרעגן, איך געדענק גארנישט, איך ווייס גארנישט, פון וואס רעדסטו?

נאר שיין — קודם די תורה וואס מ'האט יא געלערנט ווען מ'איז געגאנגען אין חדר, דארט האט מען דאך געדארפט פרעגן די קשיא. ווען דער רבי האט געלערנט מיט אונז בראשית, איז אמאל אויסגעקומען אז מ'האט געלערנט די פסוקים, און מ'האט אנגעהויבן לערנען די מעשה. האט מען געפרעגט, האט דער רבי געזאגט אז מ'הייבט אן די תורה שפעטער ווען מ'ווערט עלטער עס צו פארשטיין, אבער בעצם די קשיא איז שוין דארט.

ווער איז דער אדם הראשון געווען? און גן עדן, און אלעס איז געווען גוט, און נאכדעם איז דא דער נחש. ווער איז דער נחש? דאס איז דאך די זעלבע קשיא בעצם. נאר וואס טוען די ספרי קבלה? זיי רעדן דאך פון די זעלבע פרשה וואס די תורה רעדט, וואס אפילו פאר ס'איז געווען די ווארט "קבלה" אויף די וועלט, ווען מ'האט געלערנט די פרשה האט מען געוואוסט אז דאס וואס מ'רופט "סתרי תורה"[4], דאס וואס מ'רופט אז ס'איז געשריבן געווארן, מעג אפילו זאגן בדרך משל אויף געוויסע פרשיות. נאר ס'איז שווער צו וויסן פונקטליך וועלכע זענען ממש א משל און וועלכע זענען פשוטו.

[ג] אדם הראשון בגן עדן וחטא עץ הדעת

ווען די ספרים זענען מסביר די זאכן, פרעגט מען די קשיא, פון וועם רעדט מען? און די תירוץ איז: נישט קיין חילוק וועלכע ספר דו לערנסט, אז ווען מ'רעדט פון אדם הראשון און גן עדן, רעדט מען פון די נברא וואס דער אייבערשטער האט באשאפן אין די אריגינעלע סטעיט, וואס ער איז געווען פאר ס'איז געווען די מצב פון די פראבלעם.

ווען ס'דרוקט זיך אויס אין די תורה, דער אייבערשטער האט באשאפן די אדם — וואס מ'ווייסט אז ער איז כולל אלע נבראים — און ער האט אים צוגעשטעלט זייער א שיינע פלאץ. די פלאץ הייסט גן עדן, ער האט אים אריינגעלייגט דארטן, און ס'האט אלעס געדארפט זיין גוט. און ס'איז דא די בריאה וואס דער אייבערשטער האט אויך באשאפן, וואס ער הייסט דער נחש, וואס ער איז געקומען און ער האט געמאכט עפעס א מין טשטוש פאר די אדם הראשון. און דורך דעם איז ער אנגעקומען וואו ער איז אנגעקומען.

פון דארט פארציילט אונז די תורה עפעס וואס איז אונז אביסל גרינגער צו רילעיטן צו, מ'הייבט אונז אן פארציילן וואס אונז רופן "היסטאריע". מיר לערנען די תורה כסדרן, זעט מען אז ס'איז געווען נאך א פראבלעם שפעטער — מ'האט געהאט די מבול, די משנה אין אבות "עשרה דורות"[5], אברהם אבינו, און נאכדעם שפעטער מתן תורה.

איז די גאנצע מצב ביז אברהם אבינו הייסט "אלפיים שנה של תוהו"[6], און די גאנצע מצב פון די בריאה פאר ס'איז געווען די גילוי פון אברהם אבינו אויף די וועלט איז כאילו תוהו. תוהו מיינט אזוי ווי ביי אונז, מינינגלעס אין א סערטן סענס, ווייל דער אייבערשטער האט געשאפן די וועלט, ער האט געוואלט אז מ'זאל אים קענען. און ווען האט זיך אנגעהויבן די ערשטע מאל וואס מ'זאל זיך מתייחס זיין אז ס'איז געווען א נברא וואס האט זיך ארומגעדרייט און אנגעהויבן רעדן פון דעם אייבערשטן? אברהם אבינו. ער איז דער ערשטער.

אדם הראשון נאך די חטא האט דער אייבערשטער געזאגט "איכה"[7], ער האט זיך ארומגעדרייט דא. אונז הערן מיר נישט אז דער אייבערשטער זאגט אונז "איכה", אבער אז מ'לערנט אביסל וואס מיינט רוחניות, און מ'זעט וואו מ'איז, קען מען אנהייבן הערן ווי דער אייבערשטער זאגט אונז "איכה", וואו ביסטו?

מיר זענען נישט צוגעוואוינט צו לערנען די תורה אזוי, מיר לערנען עס כאילו ס'איז פשוט א מעשה. אבער אז מ'הייבט אן לערנען וואס מ'רופט פנימיות, הייבט מען אן כאפן אז די זעלבע זאך וואס מ'גייט דא לערנען, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין די רוחניות'דיגע עולמות וואס די מקובלים רעדן, איז דא א פלאץ וואס דארט איז די בריאה ארויסגעקומען ארידזשינעלי. נאכדעם איז דא א מצב וואס די בריאה איז געפאלן אויף א נידריגערע פלאץ, און דארטן האט שוין געקענט זיין וואס מ'רופט תוהו ובוהו. צוליב עפעס א קלקול איז די וועלט געפאלן צו די מצב ווי ס'זעט אויס יעצט, און אונז זענען מיר אין די מצב נאך די קלקול, אבער אונז האבן מיר די דזשאב צו פיקסן די קלקול, און יעדער איינער טוט עס מיט זיין שטיקל.

[ד] עשרה מאמרות נברא העולם

פנימיות התורה איז א חלק פון א פירוש אויף די תורה. די תורות וואס מ'לערנט, וועלן מיר דארפן אנקומען צו קענען לערנען די פסוקים אין בראשית. ווי א מענטש דארף מען קודם קענען אביסל די לשונות. מ'לערנט אביסל קבלה, און מ'לערנט די משנה אין פרקי אבות "בעשרה מאמרות נברא העולם"[8]. וואס מיינט "בעשרה מאמרות נברא העולם"? אז מ'לערנט אביסל קבלה, ס'איז דא צען ספירות. די משנה זאגט גראדע "בעשרה מאמרות", און ס'איז דא פארשידענע שיטות וויאזוי זיי רעכענען די צען מאל ס'שטייט "ויאמר", און ס'שטימט נישט.

און די ראשית חכמה מאמרי איז דא עטליכע וועגן וויאזוי מ'קומט אן צו די צען "ויאמר"[9]. אבער די סוד פון "ויאמר" איז עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, מ'האט דא באשאפן די וועלט אין עשר ספירות.

און די אדם הראשון, וואס איז געווען די שלימות פון די בריאה, איז ארויסגעקומען אין גן עדן, אין די וועלט וואס ער האט באשאפן. און פאר ער האט געגעסן פון עץ הדעת האט ער געהאט עפעס א השגה אין די בורא יתברך. און נאכדעם איז געשען די עונש[10], ס'האט זיך געענדיגט די אריגינעלע קשר וואס ער האט געהאט, און ס'האט זיך אנגעהויבן די מצב וואס מ'רופט נאך די חטא.

ווען ער איז געווען אין גן עדן, קענסטו זאגן די ווערטער, ער איז געווען עסוק מיט א מסך. אין זוהר הקדוש איז דא א לשון וואס די אריז"ל ברענגט: "אדם הראשון לעת לעת מההיא עלמא הוה לוקלין"[11]. ווען ער איז אריגינעל באשאפן געווארן האט ער גארנישט געהאט מיט די וועלט. וואס הייסט ער האט גארנישט געהאט מיט די וועלט? ער איז געווען אין גן עדן און נישט אויף די וועלט. אבער מ'זאגט אז גן עדן איז נישט אויף די וועלט, מ'מיינט עס נישט אזוי סאך מאל ליטעראלי.

דער פשט איז אז די וועלט ווען ס'איז פראבלעמאטיש רופט מען עס גיהנום, אבער ווען מ'זאגט אז א מענטש לעבט און איז דבוק אין דעם אייבערשטן, דאס הייסט ער לעבט אין גן עדן. אדם הראשון האט זיך ארומגעדרייט, מ'קען זאגן אויף די וועלט ווי אונז זענען, אבער ער האט געהאט קדושת עולם מיט אן אל"ף, נישט מיט אן עי"ן.

און ער איז געזעצט אין גן עדן, "לעבדה" — דאס זענען חז"ל, מצות עשה, "ולשמרה" — מצות לא תעשה[12]. ס'איז בערך אזוי ווי אונז עסן נישט קיין פויזן, און מ'עסט גוטע זאכן. נאר גוטע זאכן איז געווען דביקות, פויזן איז געווען פירוד. און אזוי האט ער געלעבט, ער האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן.

וואס איז געווען די מצוה צו עסן? "מכל עץ הגן אכל תאכל", דאס איז שוין געווען א מצות עשה, ער זאל עסן. פון וואס מ'טאר נישט עסן: איין בוים, פון דעם בוים וויל איך נישט דו זאלסט עסן, די עץ הדעת זאלסטו נישט עסן[13]. אבער ס'האט נישט געפעלט, פון אלעס האט ער געקענט עסן, און אזוי האט ער געדינט דעם אייבערשטן. וואס מיינט עסן? על פי סוד מיינט ס'האט מברר געווען געוויסע כלים. און ער איז געווען דבוק אינעם אייבערשטן, און דאס איז ממש געווען.

דאס הייסט, דאס איז בערך אזוי ווי מ'לערנט, מ'דארף לערנען די דרושים אביסל. צו קענען, כדי אנצוקומען צו יענע פסוקים, דארף מען לערנען פון אנהייב, און נישט שרעקן. מ'רעדט פון די שורשים פון די בריאה וויאזוי ס'איז געווען, אויף א מצב וואס אלעס איז געווען דבוק אינעם אייבערשטן. דורך די סדר השתלשלות פון עמידה וירידה איז די נעקסטע געווארן די יסוד אז ס'איז דא עפעס א געמישעכץ. שפעטער איז געווארן אפילו אז די כוחות פון די בחינה ד' האבן געוואלט ממשיך זיין די אור אן א מסך, און פון דעם איז געווארן די פלאץ וואו די קליפות האבן א יניקה[14].

און דער מענטש איז געמישט, ער ווערט געבוירן פון די קליפות, ער ווערט געבוירן פון די פלאץ, אבער ער האט א נשמה וואס ער האט די אביליטי קודם אויסצוארבעטן די פלאץ, אויפצוהערן זיינע עיפה צו די פלאץ, און צום סוף פארשטייט זיך דארף ער צוריקברענגען די כלים און מקבל זיין נאכאמאל, און מ'גייט צוריק אריין אין גן עדן. דאס איז בערך וואס מ'לערנט א גאנצע צייט.

[ה] גלות מצרים — שורש הנשמות ותיקונן

מ'שטייט פאר שבועות, איז דאך צוגעוואוינט אז די זאכן וואס מ'רעדט איז, ווען מ'לערנט די זאכן, מ'קומט נישט קיין נייע שפראך, מ'קומט אראפ יסודות און זאכן וואס מ'האט געלערנט א גאנצע צייט. ס'איז געווען "בעשרה מאמרות נברא העולם", דאס איז די סוד פון די עשר ספירות, רייט?

ווייל די וועלט איז אריבערגעגאנגען דורך די כלים וואס מיר לערנען, ווען מיר וועלן אנקומען צו די חטא עץ הדעת און אלעס וואס איז געשען שפעטער, איז געווארן א מצב אז די וועלט איז א יאקעל, יא, ווי מ'איז נישט מקושר צום אייבערשטן.

ס'איז געווען א דור המבול מיט א דור הפלגה, און מיר גייען נישט יעצט לערנען די דעטאלן פון יענע צוויי דזשענערעישאנס, כאטש די זאכן חזר'ן זיך איבער אין די היינטיגע דורות אויף אן אנדערע מין אופן. אבער די שורש פון דעם, דער אריז"ל זאגט אז די אלע נשמות וואס זענען געווען אין דור המבול און דור הפלגה זענען אנגעקומען אין מצרים[15], און דארט זענען געווען די מצב אז די אידישע נשמות זענען געווען אין מצרים.

און וואס האבן די אידישע נשמות עקספיריענסד אז זיי זענען געווען אין מצרים? אויב מיר ווילן רעדן פנימיות: די נשמות פון אידן זענען דא, אבער זיי דארפן האבן די מסך. זיי זענען דא וואס דארפן מקשר זיין די וועלט מיטן אייבערשטן. זיי דארפן צוריקגיין ווי אדם הראשון איז געווען אין גן עדן. און יעצט ווען זיי זענען אין מצרים, סתימת מצרים, זענען זיי סטאק אין די — מ'קען עס רופן די אור החכמה, אבער נישט די אור החכמה מקושר מיט די כתר. די אור החכמה נישט מקושר מיטן אייבערשטן. ס'זעט אויס אזוי ווי ווער ס'האט די מערסטע כח, ער איז אין קאנטראל, רייט?

און דאס איז די מצב. און דער נביא הייסט פרעה איז דער נחש: "תנין הגדול הרובץ בתוך יאוריו"[16], און די חכמת מצרים הייסט עס אין די נביא איז די נחש. דאס איז אלעס די שורש, איז די זעלבע זאך. ס'איז די וועלט מיט אלע כוחות וואס איז דא אין די וועלט, אבער ס'איז נישט מקושר מיט די שורש.

און וואס איז געשען דארט ווען די אידן זענען געווען אין מצרים? ס'איז אנגעקומען צו די בזכות וואס זיי זענען אריבער, מיט דעם זענען זיי אריבערגעגאנגען א לאנגע צייט פון יסורים, קען מען עס רופן. זיי זענען געווען משועבד אין א זייער אומבאקוועמע פלאץ. ביז זיי זענען אנגעקומען צו די מדריגה, זיי זענען געווארן גענוג אויסגעאיידלט, עפעס האט זיכער געדארפט געשען אין די נשמות, אז זיי האבן מתקן געווען די פגם וואס איז געווען אין זיי פון די דור המבול און דור הפלגה, און דער אייבערשטער האט זיי ארויסגענומען פון מצרים.

די מטרה איז געווען, לכאורה, צוריקצוגיין אין גן עדן, רייט? דאס וואלט געדארפט זיין די נארמאלע שפראך. אויב דאס איז די נשמה וואס איז געקומען פון גן עדן, דארף ער צוריקגיין צו גן עדן.

[ו] עשר מכות — סוד הזיווג דהכאה

וויאזוי האט מען זיי ארויסגענומען פון דעם מצרים? ווען מיר לערנען די פסוקים אין די תורה, איז דא א פרעה, ער איז דער מלך אין מצרים, ער גלייבט נישט אין דעם אייבערשטן, רייט? ער זאגט "מי ה' אשר אשמע בקולו"[17], און די אלע אידן וואס זענען געווען דארטן אין מצרים משועבד. אידן זענען די מאמינים בני מאמינים, זיי זענען געווארן טראפט אין דעם פלאץ פון מצרים, ווייל די קליפות וואס גלייבן נישט אין דעם אייבערשטן, זיי האבן געהאט די פאוער, און די אידן זענען דארט געווען משועבד.

און דער פרעה, וואס ער זאגט "מי ה' אשר אשמע בקולו", וויאזוי נעמט מען אים ארויס? וויאזוי גייט מען די אידן רעלעסן? ס'איז דאך אן אנדערע וועלט, אז די אידן זאלן קענען ארויסגיין פון די חכמה וואס האט זיי געקעפטשערט?

צען מכות! וואס מיינט צען מכות? ס'איז דא "עשרה מאמרות שבהם נברא העולם", און מ'האט צען מכות, און מ'האט עשרת הדברות, רייט? וואס איז דא געשען? פארוואס האבן די עשרה מאמרות און די עשרת הדברות געדארפט האבן קודם צען מכות[18]?

מיר האבן געלערנט דא אביסל קבלה, אזוי ווי מיר האבן גערעדט פריער, אזוי האט מען גערופן יעדע "זיווג דהכאה"[19]. וואס איז דאס א מאדנע ווארט, זיווג דהכאה? כדי פון די עשרה מאמרות זאל קענען ווערן עשרת הדברות, אז מיר זאלן קענען וויסן ווער ס'האט באשאפן די וועלט און ווער ס'רעדט צו אונז, איז דא א זיכוך, יא?

און די תורה פארציילט אונז די זיכוך כפשוטו. ס'איז געווען א פרעה, ער האט געכאפט צען פעטש. ער האט אים געזאגט, "אונז זענען מיר לא נמנע פון די צדיקים, א מענטש איז געקומען מיט קשיות אין אמונה." האט ער אים געזאגט, "אונז די פילאזאפישע תירוצים גייען מיר נישט געבן." פרעה האט געהאט קשיות, האט אים דער אייבערשטער געזאגט, "א קשיא — א מכה. א קשיא — א מכה." ער האט געכאפט צען מכות, ער האט מער נישט געהאט קיין קשיות.

אבער וואס האט דער תלמיד חכם פון די וועלט? א מענטש האט א געוויסע עביות וואס צוליב דעם האט ער קשיות. ער האט א טבע, וואס דער טבע לאזט אים נישט זען דעם אייבערשטן. ער גייט אריבער די צען מכות, ער גייט ארויס פון מצרים. ער גייט ארויס פון מצרים, באגעגנט ער זיך מיט'ן אייבערשטן.

ווען האבן מיר זיך באגעגנט מיט'ן אייבערשטן? כביכול, מיר זענען ארויס פון מצרים. וואס איז די מציאות? דו ביסט מסכים צו די מציאות? איך בין נישט מסכים צו די מציאות. אדער מיר האבן זיך באגעגנט מיט'ן אייבערשטן, און גלייך האבן מיר נישט אריבערגעגאנגען קיין יסורים. אדער מיר זענען אריבערגעגאנגען א דור המדבר מיט א דור הפלגה, ס'איז געווען א שבירת הכלים, מיט כל מיני זאכן זענען געשען. און די נשמות וואס האבן נאך אלץ די זעלבע דזשאב פון זיך טרעפן מיט'ן אייבערשטן און קענען זיך נישט אפשיידן, דארפן אריבערגיין די זאכן, און צום סוף טרעפן זיי זיך מיט'ן אייבערשטן.

סאו ווען האבן מיר זיך געטראפן מיט'ן אייבערשטן כביכול די ערשטע מאל, ווען דער אייבערשטער האט מיט אונז גערעדט? דאס איז די סוד פון חג השבועות. ס'איז געגאנגען פון מצרים ביז די יום טוב שבועות, ס'איז אויסגעשטעלט אין די תורה מיט די סוד פון די ימי הספירה, וויאזוי דורך דעם קומט מען אן צו די עשרת הדברות.

[ז] רמז החתם סופר — "כל האומר דבר בשם אומרו"

ס'איז דא אזא רמז וואס דער חתם סופר ברענגט דאס אפאר מאל. חז"ל זאגן: "כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם"[20]. איז אביסל דער רמז, כביכול: "כל האומר דבר בשם אומרו" — די וועלט איז באשאפן געווארן "בעשרה מאמרות", דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. "עשרת הדברות" איז ווען דער אייבערשטער האט מיט אונז גערעדט.

די פראבלעם איז אז רוב מענטשן לעבן אין א וועלט, ווען דער אייבערשטער רעדט מיט מיר, איך לערן תורה, איך בין מכבד אב ואם, איך רעד דעמאלטס צום אייבערשטן. אבער ווען מ'גייט ארויס דארטן אין די וועלט, איז אביסל אנדערש דעמאלטס.

האט ער געטייטשט "כל האומר דבר בשם אומרו" — דער רמז פון דעם איז, אז איינער איז מקשר די עשרת הדברות בשם אומרו, בשם די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, "מביא גאולה לעולם". ער לייזט אויס די וועלט, ער ברענגט צוריק די וועלט אזוי ווי די וועלט דארף זיין[21].

די וועלט דארף זיין אז די עשרת הדברות, דאס איז די תורה וואס מ'לערנט, זאל קומען צו א דרגה וואס איך זאל עס צו זיך מאכן און זען געטליכקייט אין די גאנצע וועלט. נישט נאר ווען איך לערן, אדער נישט נאר ווען איך פאסט ווען מ'לערנט דא, אדער נישט נאר ווען איך בין מתגבר. אפילו ווען איך בין אין די וועלט, וואס איז "בעשרה מאמרות נברא העולם", דארף איך קענען זען דעם אייבערשטן. דאס הייסט, מ'דארף אויסלייזן די וועלט.

[ח] שיעור החומש מהקלויזענבורגער רב — תורה תבלין

ס'איז דא א חומש רש"י שיעור וואס איך האב געהערט אלס בחור פונ'ם קלויזענבורגער רב[22], איך מיין ער איז שוין געווען אן אלטער איד. איך האב געהערט די טעיפס. ס'איז געווען זיין סטייל, ער האט געהאט זיין וועג פון זאגן זיינע זאכן.

האט ער געזאגט אז חז"ל זאגן: "בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין"[23]. די אייבישטער האט באשאפן אזא מציאות וואס הייסט דער יצר הרע, אבער ער האט אויך געגעבן תורה. תורה איז א ספייס, א תבלין. וואס מיינט תבלין? פון א ספייס, אז עפעס איז נישט באטעמ'ט, איז דאך נישט גוט, מ'קען נישט עסן. ס'איז נישטא קיין חמדה, נישטא קיין חשק צו לערנען.

נאך א מעשה וואס מ'הערט פון רבי שלום שבדרון זצ"ל: ער דערציילט אז ס'איז געווען אין אנטווערפן, דארט אין דיימאנדס שכרים. א חתן פון הרה"ג רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, נישט הרב אליעזר זיין שוויגער, האט אמאל געזאגט א דרשה אויף די פסוק "יקרה היא מפנינים".

די תורה איז טייערער ווי פנינים, טייערע דיימאנדס. דרש'ענען חז"ל וואס טייטש "יקרה היא מפנינים" — די תורה איז טייערער פון די פנינים. דער כהן גדול וואס גייט אריין לפני ולפנים, דער תורה איז חשובה[24]. ער לערנט ארויס פון דעם, אז א ממזר תלמיד חכם איז קודם דער כהן גדול עם הארץ. וואס וויל "יקרה היא מפנינים" — די תורה איז טייערער פון די פנינים.

האט אמאל א איד געפרעגט: "רבי שלמה זלמן האט אמאל געזען א דיימאנד אין זיין לעבן? ער מאכט חוזק, 'יקרה היא מפנינים', ער ווייסט פון וואס מ'רעדט בכלל?"

האט גענטפערט רבי שלום שבדרון: צו רבי שלמה זלמן האט געזען א דיימאנד צו נישט ווייס איך נישט, אבער עץ האטס זיכער קיינמאל נישט געזען וויאזוי רבי שלמה זלמן האט אויסגעזען ווען ער האט געלערנט. די תענוג וואס ער האט געהאט ווען ער האט געלערנט, דאס האט איר נישט געזען. ער האט גע'דיסקרייבט די תענוג וואס א תלמיד חכם אמת האט ווען ער לערנט תורה.

חז"ל האבן געוואלט זאגן אז זיי זענען משיב על הטענה. זיי האבן געזאגט "יקרה היא מפנינים", ווייל די תורה איז חשובער ווי דער כהן גדול וואס גייט אריין אין לפנים ולפנים, ס'איז א רוחניות'דיגע מדריגה.

האט ער געזאגט מיר סתם אמאל אין די טעיפ אזוי: ס'איז דא א מענטש, ער איז פיסעוועט אויף א גאנצן טאג אין פלארידא, לאמיר זאגן. ס'איז דא וואס צו טון, ס'איז הייס געווען, די וועטער איז געווען, ער איז געווען פיסעוועט אויף א גאנצן טאג. ער האט גארנישט געטון. ער קומט ביינאכט, ער איז נישט יוצא ידי שמים, ער פילט נישט גוט, ס'האט נישט קיין טעם. ער איז עמטי. וואס זאל מען טון? מ'קען נישט אזוי גיין שלאפן. וואס טוט מען? מ'מאכט אן עיר קאנדישן, מ'נעמט ארויס א משניות אדער א גמרא אדער אן עין יעקב, און מ'לערנט. נאך א האלבע שעה, א מינוט, איז ער געשמאק געווארן, ער פילט זיך גוט, ער האט אלעס גוט, ער האט א הרגשה טובה[25].

זאגט ער, דאס איז די פשט פון די גמרא "בראתי יצר הרע"[26] — דאס איז ריכטיג, איך האב באשאפן א יצר הרע, איך האב באשאפן אזא מין זאך אויף די גאנצע וועלט. אבער ס'האט נישט קיין טעם. ס'פילט נישט גוט. זאגט ער, "נו, ס'איז דא א תורה, תבלין. איך האב באשאפן די תורה. קענסטו גיין לערנען אביסל דארטן אפאר מינוט א טאג? ס'וועט מאכן פילן גוט." ס'איז תבלין, ס'איז דיין ספייסעס. אזוי האט ער געזאגט. ס'איז מיר אזוי געבליבן סטאק אין קאפ די ווארט.

איך האלט אז ס'איז דא א סוד אין וואס ער האט געזאגט. ס'איז אמת'ע פשטות, אבער מ'דארף עס ריכטיג מסביר זיין. די יצר הרע איז די גאנצע וועלט, אזויווי די זוהר הקדוש זאגט "כל מה שבראתי בעולם". אבער וואס איז די סוד אז ס'פילט נישט קיין טעם? ער האט נישט קיין קשר מיט'ן אייבערשטן. ער ווייסט נישט וואס מ'רופט "שינוי צורה".

סאו וואס איז די גאנצע תורה בעצם? די תורה איז תבלין, יא, די תורה איז באמת א תבלין. די גאנצע תורה איז די עשר ספירות, כביכול, וואס ווערט נתגלה אין די מושג פון די עשרת הדברות. דער אייבערשטער זאגט וואס איך וויל אין די וועלט, וואס איז די מינינג פון די גאנצע וועלט. דעמאלטס האט עס א משמעות.

סאו מ'קען זאגן אז די משל וואס ער האט געזאגט איז אן אמת'ע ווארט. ווען א מענטש איז זיך מתבונן, איז דא א גרויסע פראבלעם מיט די וועלט אזויווי ס'איז, רייט? די וועלט איז א פלאץ וואס איז מלא חכמה, און וואס מ'רופט היינט, א מענטש קען האבן כל מיני תענוגים. אבער אז ער קען זיך נישט מקשר זיין מיט'ן אייבערשטן, האט ער די קליפה פון מצרים וואס נעמט אים איבער, און ער האט נישט די מושג און ער האט נישט די תיקון פון וואס מ'האט געהאט בקבלת התורה, ווערט עס זייער קיצלדיג, ס'ווערט אומבאטעמ'ט.

די סוד פון די תורה איז אז די וועלט איז זייער באטעמ'ט, אבער ס'איז נאר באטעמ'ט אויב מ'לערנט תורה. וואס טייטש מ'לערנט תורה? מ'האט א קשר מיט'ן אייבערשטן, מ'ווייסט וואס דער אייבערשטער וויל, און מיט דעם וואס אונז זענען דא, מיט דעם וואס אונז לעבן אויף די וועלט, זאגן מיר עדות אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. סאו דאס איז די תכלית פון די תורה.

[ט] עשרת הדברות — שורש כל התורה כולה

ווייל מ'רעדט יעצט פאר חג השבועות, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה, וואס שטעלט זיך ארויס אין די עשרת הדברות, איז מיר ווילן אויפטייטשן וואס איז די שפיץ פון עשרת הדברות. רוב שמועסן וואס מ'הערט איז תורה, תורה, תורה. סאו מ'וויל זאגן אזא ווארט.

קודם כל, עשרת הדברות איז די שורש פון די גאנצע תורה, אלעס. אבער ווען מ'רעדט תורה, "תורה צוה לנו משה", די גמרא אין מסכת מכות דרש'נט אז תרי"ג מצוות האט דער אייבערשטער געגעבן אין סיני[27]. אבער "תורה" איז גימטריא תרי"א, מצוות איז "צוה לנו משה" — דאס האט מען געהערט פון משה רבינו. "אנכי" און "לא יהיה לך" — דאס איז די ערשטע צוויי, "מפי הגבורה שמענום", צוזאמען איז תרי"ג.

סאו די עשרת הדברות וואס מיר האבן דארטן איז די תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. די ערשטע צוויי דברות איז "אנכי"[28] און "לא יהיה לך"[29], דאס איז מיוחד "מפי הגבורה שמענום"[30]. דארט האבן אלע אידן געווען אויף א מדריגה וואס זיי האבן געהערט די דיבור, מ'קען זאגן מפי הגבורה. און נאכדעם האבן זיי עס געהערט בבת אחת, און די שאר דברות האבן זיי געהערט מפי משה. אזוי איז די פשט פון די גמרא.

פונקטליך וואס די זאכן מיינען, איז אפילו ווען מ'לערנט נישט וואס מ'רופט קבלה, איז אויך, דער רמב"ם האט א פרק אין מורה נבוכים[31] וואו ער רעדט אויף דעם, און ער זאגט אז דאס איז סודות התורה. ער זאגט אז זיי אליין האבן מסביר געווען געוויסע זאכן, אבער ער זאגט אז ער זאגט געוויסע חידושים. ער האט זיין מהלך וויאזוי ער לערנט אפ וואס דאס מיינט אז די ערשטע צוויי דברות האט מען געהערט מפי הגבורה.

איך וויל נאר זאגן, ס'איז נישט בדרכו, אבער ס'איז וואס ער געפונען על דיוקא, אויף די דיוק וואס זיי מאכן, עס שרייט ארויס אז ס'איז דא דא עפעס א חילוק פון די "אנכי" און "לא יהיה לך" מפי הגבורה שמענום, און די רעסט האט מען געהערט פון משה רבינו.

וואס איז געשען דארט ביי מתן תורה? לויט דעם קומט דאך אויס, אפילו מ'לערנט פשוט פשט פון די חז"ל, "אנכי" און "לא יהיה לך" האט מען געהערט פון דעם אייבערשטן אליין. גאנץ כלל ישראל איז געווען במדרגת הנביאים, האט געהערט די ערשטע צוויי דברות פון דעם אייבערשטן.

[י] שיטות הראשונים במצות "אנכי"

וואס מיינט "אנכי" און "לא יהיה לך"? בכלל איז דא א מחלוקת ראשונים צו ס'איז א מצות עשה. דער רמב"ם לערנט דאך אז "אנכי" איז א מצות עשה דאורייתא, אז א מענטש איז מחויב צו גלייבן אין דעם אייבערשטנ'ס מציאות[32]. און דער רמב"ם האט דאך די שיטה אז גלייבן מיינט בדרכי חקירה, אז דער מענטש מוז נוצן זיין שכל וואס מ'קען מכיר זיין אז ס'איז דא א באשעפער. דאס איז די מצוה פון "אנכי".

נאכדעם איז דא, דער רמב"ן רעכנט עס אויך פאר א מצוה, אבער אין ספר המצוות ברענגט ער דארטן פון די בה"ג האט עס נישט גערעכנט[33]. און דער רמב"ן איז מסביר פארוואס די בה"ג האט עס נישט גערעכנט, ווייל ער זאגט אז ס'איז נישט שייך צו געבן א מצוה פון אמונה, ווייל אז דו גלייבסט נישט איז נישט שייך צו זאגן אז דו ביסט מחויב צו גלייבן. מצב, ער האט נישט קיין מצוות בכלל.

"אנכי" איז די מציאות אמת, ס'איז בכלל נישט קיין מצוה. אלע אנדערע מצוות, איז דאך דער אייבערשטער האט געזאגט מצוות. אבער דאס איז נוגע צו מ'רעכנט עס יא פאר א מצוה, צו מ'רעכנט עס נישט פאר א מצוה.

אבער דאס איז די מהלך, אז די שפיץ פון מתן תורה איז געווען: "אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים", און דאס איז געווען די פלאץ וואו דער אייבערשטער האט זיך כביכול מגלה געווען זיין מציאות, און ער האט געזאגט "לא יהיה לך אלהים אחרים". און דעמאלטס האבן אידן געזען, ווי ס'שטייט אין מדרש, אז ס'האט זיך געעפנט שמים וארץ, און מ'האט געזען איין אייבערשטער אויף דער וועלט.

[יא] משה רבינו וסדר פרשת דברים ופרשת ואתחנן

ווען מ'לערנט די פסוקים אין פרשת דברים, איז באקאנט אז ווען משה רבינו האט איבערגעחזר'ט, ער זאגט מוסר פאר אידן, די גאנצע סדר וואס ס'איז געווען, האט ער איבערגעחזר'ט די מצב ביז מתן תורה[34]. און דברים לערנט מען דאך בערך פאר שבועות, און די לעצטע פאר יארן האט דאך יעדער פארנומען מיט די של"ה הקדוש[35]. זייט די של"ה הקדוש האט אריינגעברענגט די גאנצע מעשה, ס'איז געווען דארטן... די חברים האבן געלערנט משניות, ס'איז געווען א קול, און זיי זענען געגאנגען קיין ארץ ישראל; בקיצור, די שכינה האט זיך מגלה געווען פאר זיי.

ווען ס'איז געווען דברים, וואס זאגט משה רבינו פאר אידן? ער זאגט "אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל"[36]. צום סוף איז דאס א חזרה אויף די תורה. פון די אנדערע זייט ווייסן מיר אז ס'איז דא געוויסע מצוות וואס שטייען נאר אין דברים. אבער וויאזוי ארבעט די מהלך? משה רבינו הייבט אן די פרשת דברים גייט ביז ס'ענדיגט זיך "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה".

משה רבינו האט זייער שטארק געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל, פרשת ואתחנן: "ואתחנן אל ה' בעת ההיא", ער האט זיך מתפלל געווען אריינצוגיין. דער אייבערשטער זאגט אים: "רב לך"[37], שוין, דו גייסט נישט אריינגיין אין ארץ ישראל.

אנהייב פרשת ואתחנן, ווען ער ענדיגט זאגן אז דער אייבערשטער האט אים געזאגט דו גייסט נישט אריין, "עלה ראש הפסגה"[38], דו קענסט קוקן אבער דו גייסט נישט אריין, קערט ער זיך צוריק, אז ער איז זיך פונה נאכאמאל צו כלל ישראל: "ועתה ישראל שמע אל החקים ואל המשפטים אשר אנכי מלמד אתכם לעשות". איך גיי אייך יעצט איבערגעבן די תורה.

וואס וויל איך אז איר זאלט טון מיט די תורה וואס איך געב אייך? "לא תסיפו על הדבר אשר אנכי מצוה אתכם ולא תגרעו ממנו לשמר את מצות ה' אלקיכם אשר אנכי מצוה אתכם"[39]. איך גיי אייך יעצט געבן די תורה, און וואס איז די תכלית? אז איר זאלט אריינגיין אין ארץ ישראל און טון די אלע מצוות וואס מ'דארף טון[40]. איך וועל נישט אריינגיין, ס'איז נגזר געווארן אויף מיר נישט אריינצוגיין, אבער איר וועט דארפן גיין. און איר זאלט אנגעגרייט זיין מיט די תורה.

ער זאגט די מורא'דיגע מעלה וואס אידן האבן, וואס לכאורה איז עס נאר נתקיים געווארן לעתיד לבוא. "כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרבים אליו כה' אלקינו בכל קראנו אליו... ומי גוי גדול אשר לו חקים ומשפטים צדיקם ככל התורה הזאת אשר אנכי נתן לפניכם היום"[41]. דאס איז לכאורה די פסוקים וואס ס'וואלט געקענט נתקיים ווערן, אבער ס'דארף נאך געשען — אלע אומות העולם וועלן קוקן אויף אידן און זען.

[יב] נעשה ונשמע — סוד הקדמת המעשה

"ויקרא משה אל כל ישראל ויאמר אלהם שמע ישראל את החקים ואת המשפטים". און ער הייבט אן איבערחזר'ן וואס איז געווען ביי הר סיני. סייווי האט ער שוין מגלה געווען צו אונז, און ער זאגט נאכאמאל די גאנצע סדר ההשתלשלות וואס אונז האבן צוזאמען געהערט. ער זאגט אונז: "את הדברים האלה דבר ה' אל כל קהלכם בהר מתוך האש הענן והערפל קול גדול ולא יסף", און אונז האבן געהערט די קול, און ער האט געזאגט, אזא גרויסע קול אונז קענען מיר נישט אויסהאלטן[42].

און דא איז דא די פסוקים וואס עס שטייט נישט דארטן אין פרשת שמות, זיי האבן געבעטן און זיי האבן געזאגט: "כי מי כל בשר אשר שמע קול אלקים חיים מדבר מתוך האש כמונו ויחי, קרב אתה ושמע את כל אשר יאמר ה' אלקינו ואת תדבר אלינו"[43]. אונז קענען מיר נישט הערן פון די אייבערשטער אליין, אונז ווילן אז משה רבינו, דו זאלסט רעדן מיט אונז. אונז קענען מיר נישט הענדלען. "ושמענו ועשינו" — אונז וועלן מיר הערן וואס דו זאגסט אונז און אונז וועלן מיר עס טון, אונז קענען מיר נישט כביכול הערן פונעם אייבערשטן.

און משה רבינו זאגט, דער אייבערשטער האט אנגענומען: "כל דבריכם אשר דברתם אלי, שמעתי את קול דברי העם הזה, היטיבו כל אשר דברו"[44]. ס'איז גוט, זיי האבן מורא, זיי האבן אויך א מדריגה, זיי האבן וואס קענען נישט הענדלען כביכול די גרויסע אור, געבן זיי נאך און זיי זענען די ממוצע.

סאו דער רמב"ן ברענגט ראיות פון די פסוקים און ער שטעלט עס צוזאמען מיט די מאמר חז"ל אז "אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענום"[45], און די שארית האבן זיי געהערט פון משה, און ער שטעלט צוזאמען אז דאס איז די סאורס פון די פסוקים דא, אז ווען די אידן האבן געזאגט אונז קענען מיר נישט אויסהאלטן, איז עס געווען נאך די ערשטע צוויי דיברות. "אנכי ולא יהיה לך" האבן די אידן געהערט, און זיי האבן ממש געווען אין די זעלבע דרגא ווי משה רבינו, און נאכדעם האבן זיי געזאגט ווייטער קענען מיר נישט, איז די שארית האבן זיי געהערט פון משה[46].

די לשון אין די פסוקים דא, אז די אידן האבן געזאגט "את כל אשר ידבר ה' אלקינו אליך ושמענו ועשינו". דא שטייט שמיעה פאר עשיה. ס'איז אויך, ווען מ'לערנט פרשת שמות האבן זיי געזאגט "כל אשר דבר ה' נעשה"[47]. און פון דארט לערנט מען ארויס אין די גמרא אין שבת פ"ח ע"א, ווען די אידן האבן מקדים געווען נעשה לנשמע, האט דער אייבערשטער געברענגט צוויי כתרים, ששים ריבוא מלאכים זענען אראפגעקומען, זיי האבן געלייגט צוויי כתרים אויף יעדער איד, איינס קעגן נעשה, איינס קעגן נשמע[48].

וואס איז די סוד פון נעשה ונשמע? שפעטער זאגט די גמרא אז נעשה ונשמע איז א סוד, ס'איז א לשון וואס די מלאכי השרת זענען משתמש מיט די לשון[49]. וואס איז פשט אין דעם? די לשון אין די גמרא איז "בשעה שהקדימו ישראל נעשה לנשמע". די פוינט איז אז זיי האבן געזאגט "נעשה", זיי האבן געזאגט "נשמע". "נעשה" מיט "נשמע" איז צוויי מדריגות, האבן זיי באקומען צוויי כתרים. אויב זיי וואלטן געזאגט "נשמע ונעשה", וואלטן זיי אויך געדארפט באקומען צוויי כתרים, ניין? נאר "בשעה שהקדימו ישראל נעשה לנשמע", אז זיי האבן געזאגט "נעשה" פאר "נשמע", האבן זיי באקומען צוויי כתרים. וואס איז פשט?

דער תירוץ איז, אזוי ווי די גמרא זאגט "אשתא מלאכים מתעטפים בכתר אחד". אז דו טוסט עפעס נאכדעם וואס דו פארשטייסט, האסטו נישט געטון צוויי זאכן. דו ביסט א נארמאלער מענטש, דו פארשטייסט וואס דו טוסט, און דו טוסט עס. וואס מיינט "בשעה שהקדימו נעשה לנשמע"? זיי האבן געזאגט "נעשה" פאר "נשמע". וואס מיינט דאס פשוט? אזוי ווי די גמרא זאגט שפעטער, זיי האבן מקבל געווען עול מלכות שמים. זיי זענען געווען גרייט צו הערן וואס דער אייבערשטער האט צו זאגן, נאך פאר זיי האבן פארשטאנען מיט זייער שכל. און ווען זיי האבן געזאגט, מקדים געווען "נעשה" פאר "נשמע", זענען זיי געווען במדרגת מלאכים[50].

די טייטש איז, אזוי ווי די מלאכים הייסן "עושי דברו". די מלאך האט נישט קיין אייגענע בחירה, ער האט נישט קיין פילינג אזוי ווי "איך וויל אזוי". דער מלאך, אזוי ווי דער אייבערשטער שיקט אים אויף א שליחות, טוט ער עס אינסטענטלי. דאס דריקט זיך אויס אז ער טוט פאר ער הערט. ער הערט נאכדעם וואס ער האט געטון, כאילו. ער האט דאס געטון ווייל דער אייבערשטער האט אים געהייסן[51].

און די מדריגה האבן זיי געהאט ווען זיי האבן מקדים געווען "נעשה" פאר "נשמע". עס קומט אויס אז ווען די אידן האבן געזאגט "כל אשר דבר ה' נעשה" פאר מתן תורה, גייט עס לכאורה צוזאמען מיט "אנכי ולא יהיה לך". די מדריגה פון טון "נעשה" פאר "נשמע" איז געגאנגען צוזאמען מיט די השגה וואס זיי האבן געהאט, "אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו". דאס איז געווען די העכערע דרגה, וואס דעמאלטס האבן זיי געהערט די דבר ה' ממש אזוי ווי מלאכים[52].

אבער ווען זיי האבן געזאגט זיי קענען עס נישט הענדלען, "אתה דבר עמנו", דו זאלסט זיין דער מתווך, "ושמענו ועשינו", דארט האט מען שוין געוואלט קודם הערן און נאכדעם טון. האט דער אייבערשטער געזאגט, "היטיבו כל אשר דברו". "שמענו ועשינו" איז אויך א מדריגה.

[יג] משך חכמה — הטבת הנרות והטבת הקטורת

וואס איז דער ענין? עס איז דא א "משך חכמה" אין פרשת ואתחנן אויף דעם זייער שיין[53]. ער ברענגט א מדרש אויף "שמענו ועשינו", אויף "היטיבו כל אשר דברו". איז דער משך חכמה אין פרשת ואתחנן מסביר אז דאס וואס מ'האט גערעדט, אז מ'זאגט "נעשה" פאר "נשמע", גייט עס צוזאמען מיט "כפה עליהם הר כגיגית"[54]. עס איז ממש מסביר דעם ווארט, און ער זאגט "כפה עליהם הר כגיגית" איז אויך אזוי ווי מ'האט עס מסביר געווען — אז ס'איז געווען אזוי קלאר ביי אידן אז וואס דער אייבערשטער וויל, דאס דארף מען טון. ס'איז געווען אזוי ווי א מלך, זיי האבן עס געמוזט טון. "כפה עליהם הר כגיגית" איז פשוט, זיי האבן געזען מיט קלארקייט אז ס'קען נישט זיין אנדערש.

איז ווען זיי האבן געזאגט "נעשה ונשמע", איז געווען דער מצב פון "כפה עליהם הר כגיגית", און דעמאלט איז געווען דער "אנכי ה' אלקיך מפי הגבורה שמענוהו". דאס איז אלעס געווען די זעלבע דרגה.

אבער שפעטער, ווען זיי האבן געזאגט זיי קענען נישט בלייבן אויף דער מדריגה, האבן זיי געזאגט "ונשמע ונעשה". זאגט דער אייבערשטער "היטיבו כל אשר דברו". איז דער משך חכמה מסביר א מדרש: "היטיבו כל אשר דברו", איז דא א דרש; "היטיבו" איז א לשון, דער מדרש זאגט "כהטבת הנרות או כהטבת הקטורת". ס'איז דא א מצוה אז מ'דארף מטיב זיין די נרות[55], אויסקלענערן די נרות יעדן טאג פאר מ'צינדט די נרות המנורה, און ס'איז אויך דא הטבת הקטורת.

איז דער משך חכמה מסביר דארט אן אינטערעסאנטע זאך. ער זאגט אזוי: די ענין פון קטורת איז די חלבנה. די איידיע פון קטורת איז אז אלע האבן א גוטע ריח, אבער ס'איז אויך דא עפעס איין סם וואס האט נישט אזא גוטע ריח, און מיט דעם וואס מ'מישט עס אויס צוזאמען, האט אפילו די חלבנה א קשר, און מיט דעם קומט אויס פון דעם דער ענין אז פושעי ישראל דארף מען מצרף זיין[56]. אבער די נקודה זאגט ער: די נפש פון דעם מענטש מיינט אז ער דארף קענען נוצן וואס מ'רופט אן די יצר הרע, און אויך אויסארבעטן אז ס'זאל האבן עפעס א קשר מיט קדושה. דאס איז די ענין פון קטורת.

זאגט ער, די ענין פון נרות, אזוי ווי ס'איז דא אין די יצר הרע, אין די מדות פון דעם מענטש, איז אויך דא אין די שכל. די שכל רופט זיך אזוי ווי די נר, די מנורה איז קעגן די שכל. איז דא א מענטש וואס האט דעות וואס זענען נישט ריכטיג, ער דארף אויסקלענערן זיינע דעות. "הטבת הנרות", די ענין אז מ'דארף מטיב זיין די נרות, חז"ל זאגן אז ס'האט זיך אויסגעלאשן די פתילה פון די נר, דארף מען מחדש זיין סיי די פתילה און סיי די שמן. די גאנצע זאך דארף מען מחדש זיין און אריינלייגן פרישע שמן.

פרישע שמן איז נישט נאר דאס, מ'דארף אויך די שכל וואס האט געהאט מחשבות וואס זענען נישט ריכטיג, דארף מען אויסארבעטן, אויסקלענערן. אזוי איז ער מסביר, דאס איז דער סוד פון די הטבת הנרות און הטבת הקטורת, ווייל די אידן האבן געזאגט "ושמענו ועשינו", זיי זענען געפאלן צו די נידריגע דרגה[57]. ס'איז נישט געפאלן — זיי האבן געוואלט זיין אויף די נידריגערע פלאץ, ווייל זיי האבן געפילט אז מיט דעם וואס זיי וועלן זיין אויף די נידריגערע פלאץ, וועלן זיי מער קענען טון וואס זיי האבן געהאלטן אז אזוי איז מער שייך פאר זיי צו דינען דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט געזאגט "היטיבו כל אשר דברו". זיי האבן א פוינט, ס'איז דא אזא זאך ווי ארבעטן אויף א פלאץ וואס ס'איז יא דא נסיונות, ארבעטן אויף א פלאץ וואס ס'איז יא דא תאוות, און עס אויסארבעטן.

אזוי איז ער מסביר די יסוד פון "היטיבו כל אשר דברו", ווען זיי האבן געזאגט "ושמענו ועשינו". קומט דאך אויס אזוי, "וינוחו וילכו", זיי זענען געווען אזויווי מלאכים, און דאס איז די שפיץ וואס איז געשען בחג השבועות, ס'איז געשען נאר איינמאל. כלל ישראל איז זוכה געווען צו די מדריגה, מ'קען עס רופן אזויווי אדם הראשון אין גן עדן.

אבער ווען זיי האבן געזאגט "ושמענו ועשינו", האבן זיי געוואלט צוריקגיין צו די מצב אזויווי די וועלט איז ווען ס'איז דא די נסיון, און זיי האבן געוואלט האבן די אפשרות אויסצוארבעטן די פלאץ, אויסצוארבעטן די כלי. און דער אייבערשטער האט געזאגט "היטיבו כל אשר דברו", ס'איז דא אזא עבודה, און דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די המשך.

איז וואס זאגט משה רבינו פאר אידן ווען ער איז ממשיך אין פרשת דברים? בלייבטס עטץ יעצט אין א מצב וואס עטץ האטס פרישע נסיונות, ווייל עטץ האטס נישט געוואלט בלייבן אויף די הויכע דרגה פון מלאכים. אבער פון יעצט און ווייטער ווארנט ער נאכאמאל: היטס ענק ווי ס'דארף צו זיין, גייטס אריבער ארץ ישראל. וואס טוט מען אין ארץ ישראל? די נסיונות, מ'דארף ארבעטן מיט אלעס וואס מ'דארף טון. פאלגטס די גאנצע תורה, וועט עטץ זוכה זיין צו וואס עטץ האטס געוואלט, "היטיבו כל אשר דברו". דארט וועט זיין די מדריגה פון "ושמענו ועשינו", מ'וועט קומען צו א דרגה וואס אלע נקודות, אלע דקדוקים, ווערן אויסגעארבעט, און מ'וועט עס קענען טון די שלמות.

[יד] טעמים עליונים ולוחות הברית

ס'איז דא א קשיא וואס יעדער איינער פרעגט, די מגן אברהם מיינעך פרעגט דאס[58]. מ'ליינט די טראפן אין די תורה. ס'איז דא ביי עשרת הדברות די טעמים עליונים. ס'איז דא טראפן אויף די אותיות. די טראפן זענען אויך לכאורה הלכה למשה מסיני. אבער די טראפן, ס'איז דא צוויי פרשיות אין די תורה מיט טעמים עליונים. ס'איז דא טעמים תחתונים און טעמים עליונים אויף יעדן פסוק אין די תורה, אויב ס'איז דא אזא זאך. פארוואס פונקט נאר אויף די עשרת הדברות איז געבליבן?

נאכדעם איז דא פארשידענע מנהגים. ס'איז דא וואס האבן מתנהג געווען, שבועות האט מען געליינט טעמים עליונים, פרשת יתרו נישט. אפילו ס'איז דאך פרשת יתרו. וואס איז דאס? וואס איז די מיינונג? מאדנע זאך.

נאכדעם איז דא נאך א גמרא אין ברכות, אז "ואתנה לך את לוחות האבן והתורה והמצוה אשר כתבתי להורותם" דרש'ענען חז"ל: "ואתנה לך את לוחות האבן" — עשרת הדברות. "תורה" — תורה שבכתב. "מצוות" — תורה שבעל פה[59]. וואס איז דאס? לוחות איז עשרת הדברות. עשרת הדברות איז פארט פון די תורה, ס'איז נישט פארט פון די תורה? וואס איז דאס?

ער זאגט אז ס'פלעגט זיין א מנהג צו זאגן עשרת הדברות, און מ'האט עס מבטל געווען. דער שולחן ערוך ברענגט עס, "מפני תרעומת המינים"[60]. זיי זאגן איין תורה אלו ואלו. ס'איז געווארן עפעס א קלקול די תורה איז עשרת הדברות, האט מען אויפגעהערט מיט די גאנצע. וואס איז דאס?

זעט מען אז ס'איז דא א זאך, אז לוחות הברית איז "והתורה והמצוה". וואס איז דאס? דארף מען דאס גוט אפלערנען. לוחות הברית איז א מצב ווען די אידן האבן זוכה געווען צו נבואה. זיי האבן זוכה געווען צו זען "אנכי ולא יהיה לך". אונז זענען אלע געווען אין די דרגה[61]. דו זאגסט, "איך געדענק נישט קיין אנכי, איך געדענק נישט". כפרה למעשה כי גוג. ס'איז א גוטע קשיא. אבער די סיבה פארוואס "אנכי" איז נישט קיין מצוה לפי שיטות הראשונים, איז ווייל אפילו דו געדענקסט נישט, איז עס אין דיר. אידן האבן די "אנכי ולא יהיה לך" בילט-אין.

דאס אז ס'איז א מצוה, אין א סורטען סענס, לויט די שיטות אז ס'איז א מצוה, איז אביסל סימילער צו דאס אז מ'לערנט די זאכן און מ'קען פרעגן "איך געדענק נישט". ס'איז א מצוה צו לערנען די זאכן. ס'איז א מצוה צו לערנען א זאך וואס דו געדענקסט נישט, ווייל סאב-קאנשעסלי האסטו עס אפילו אויב דו געדענקסט עס נישט. סאו בעצם איז עס נישט קיין מצוה, ווייל בעצם האסטו עס אפילו אן דעם וואס איך הייס דיר עס לערנען. אבער מיט דעם וואס דו לערנסט עס, ביסטו זיך מקשר צו יענע פלאץ.

יעצט פארשטיי גוט, אז די מצב ווען דו לערנסט תורה און דו ביסט בדרגת הנבואה האבן מיר נישט היינט. די תורה וואס מיר האבן, "בעומק תורה צוה לנו משה", איז פון "מפי הגבורה שמענו"[62]. אבער ס'איז דא א רושם פון וויאזוי ס'איז געווען ארידזשינעלי. סאו די רושם פון "אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו", דאס איז די טעם העליון וואס מיר זאגן. ס'איז דא די עשרת הדברות וואס מ'ליינט אין שבועות, אבער מ'וויל איבערחזר'ן וויאזוי מ'האט געהערט די תורה ווען מ'איז געווען בדרגת הנבואה.

וואס איז די עיקר חילוק צווישן די טעם העליון און די טעם התחתון? איינע פון די מעין חילוקים איז אז "אנכי ולא יהיה לך" איז איין פסוק ביי די טעם העליון, ס'איז נישט צוויי פסוקים. ביי טעם התחתון איז עס צוויי פסוקים. "לא תרצח" איז איין פסוק ביי טעם עליון, ס'איז נישט א קורצע. די נקודה איז, ווען מ'ליינט די עשרת הדיברות מיט טעם עליון, גייט מען צוריק אין א געוויסע סענס צו די מצב וואס איז געווען ביי די עשרת הדיברות פאר ס'איז געווען די תורה וואס אונז לערנען ביז היינט[63].

אין אנדערע ווערטער, די תורה וואס מ'לערנט ביז היינט וואס פארציילט אונז וועגן די עשרת הדיברות, ס'איז דא א רושם פון וואס דארטן איז געווען. אבער ווען מ'ליינט די עשרת הדיברות פון די תורה און מ'וויל האבן א שייכות צו די מצב פון "לוחות האבן", איז דא די סוד פון, מ'שרייבט עס מיט טעם עליון. די לוחות איז די גוטע תורה, ס'איז אדם הראשון אין גן עדן, אלעס איז דארט גוט. פאר ער האט געגעסן דעם עץ הדעת האט ער נישט געפילט די טשעלענדזש, ער איז געווען אזוי ווי א מלאך. וואס מ'האט נישט געדארפט פון די רעסט פון די תורה ווייל ער איז געווען די בחינה. אויב ס'וואלט געבליבן שטיין ביי "אנכי ולא יהיה לך", וואלט געווען נאר לוחות האבן, וואס חז"ל זאגן "חרות ממלאך המוות"[64]. וואס איז געשען נאכדעם? ס'האט געטראסקעט די מצב, רייט?

[טו] סוד "אנכי ולא יהיה לך" — אור ישר ואור חוזר

וויאזוי רופט זיך דאס בעצם אין קבלה? "אנכי", כביכול איז די אור ישר[65], דער אייבערשטער זאגט "איך קום". און וואס איז "לא יהיה לך"? שלעפ עס נישט אריין, מאך נישט קיין געטשקע, ווער נישט קיין אייגענער גאט. די מצב פון "אנכי ולא יהיה לך", בייסיקלי, איז די סוד פון די אור ישר מיט די אור חוזר.

"מפי הגבורה שמענום"[66] — וויאזוי די פלאץ וואס סערווירט די מצוה וואס שיקט צוריק? סאו ווי די ערשטע פלאץ ווי די גבורה איז כביכול ער שטעלט זיך אוועק און ער שלאגט זיך מיט דיר און זאגט איך נעם עס נישט, אין ראש. און וואס איז מען משיג ביי די זיווג דהכאה[67] וואס האט אונז געזאגט? מ'איז משיג אז דער אייבערשטער רעדט צו אונז, ער האט וואס צו זאגן.

סאו וואס טוט מען נאכדעם וואס ער האט וואס צו זאגן? מ'זאגט לערן מיך אויס, זאג מיר וואס איז יא די ענין און וואס נישט. דאס איז די לעצטע ענין וואס מ'האט מקבל געווען פון משה רבינו, ער האט אונז געגעבן די גאנצע תרי"ג מצוות, ער האט געזאגט דאס יא, איך וועל דיך טרעפן מיט דיר, די אלע זאכן נישט.

סאו אלע לאוין איז בעיסיקלי נכלל אין "לא יהיה לך", און אלע מצוות עשה איז "אנכי ה' אלקיך". די שורש פון אלע מצוות עשה איז די גילוי פונעם אייבערשטן, און די פראבלעם פון אלע מצוות לא תעשה איז אויב איך וועל חלילה כאפן געשוואצט דארטן וועל איך פארלירן מיין קשר מיטן אייבערשטן. סאו די שורש פון אלעס איז די "אנכי ולא יהיה לך" וואס דאס איז מפי הגבורה, און פון דארטן איז דא די תורה.

די גרעסטע גילוי איז געווען לאמיר זאגן די העכסטע מדריגה וואס מיר לערנען, א קלענערע גילוי פון תורה איז געווען א מדריגה נאכדעם, און אזוי ווייטער. אבער פארשטיי גוט אז די סוד פון תורה, אז דער אייבערשטער רעדט, די פשט פון רעדן איז זיך מגלה, און די מגלה איז קודם געווען די סוד פון "אנכי ולא יהיה לך". אבער אז ס'איז נישטא קיין "אנכי ולא יהיה לך", לערנט מען סתם אייגענע פאנטאזיעס.

אבער די סוד פון שבועות, אז מ'לערנט עס ריכטיג אפ — ווען די יציאת מצרים מיט דעם וואס איך האב דיר פריער געזאגט אז מ'קען זען פון עשרה מאמרות נברא העולם, און מ'קען מגלה זיין די עשרת הדברות פון די וואס איז געווען צען מכות. אבער בעצם איז די סוד פון "אנכי ולא יהיה לך" איז ווען מ'דערהערט אז די סוד פון די מכות איז נישט חס ושלום ווייל דער אייבערשטער וויל דיר געבן מכות. בעצם האנדלען מיר אויך אין א מצב פון צען מכות, מ'קען אזוי זאגן, אויב א מענטש עקספיריענסט נאך יסורים און ער הערט נישט די דבר ה', איז ער אין א מצב.

[טז] חטא העגל וקדושת לוי — "גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך"

די מעשה ברענגט די של"ה הקדוש, אז ס'איז געווען צדיקים וואס זענען געזעסן אין חוץ לארץ, און די שכינה איז געקומען און האט געזאגט מ'דארף גיין קיין ארץ ישראל, און מ'דארף לערנען די תורה סוף ימיו[68]. נישט דאס איז וואס משה רבינו זאגט דא? און מיר זענען זוכה געווען צו הערן די דבר ה', מ'דארף זיך אפטרייסלען פון דא, מ'דארף גיין קיין ארץ ישראל, און מ'דארף טון די תורה, מ'דארף טון וואס מ'דארף טון.

און וואס איז געשען? גלייך נאך מתן תורה ווייסט מען וואס ס'איז געשען — די סוד פון חטא העגל[69]. וואס מיינט איר איז געשען מיט די חטא העגל? אלע ספרים וואס לערנען, וואס זאגן עפעס פנימיות, זאגן זיי די זעלבע סוד נאכאמאל: זיי האבן געזען די גרויסע אור החכמה, און זיי האבן פארלוירן די השגה וויאזוי דאס מקבל צו זיין בקדושה.

וויאזוי דער רמב"ן לערנט, ער זאגט אז זיי האבן געוואלט ממשיך זיין די פני שור פון די מרכבה[70]. ער רופט דאס מלתא. סאו די נקודה איז א מורא'דיגע אור וואס זיי זענען נישט געווען מסוגל דאס מקבל צו זיין מיט אלע תיקונים וואס מ'דארף מקבל זיין די אור, וואס דורך דעם קען מען בויען א בית המקדש, און דאס איז געווען די סוד פון די עבודה זרה, זיי זענען נכשל געווארן אין די חטא.

דאס איז געווען נאכדעם, נאכדעם זיי זענען צוריקגעפאלן, ס'איז בשום אופן נישט געווען, אבער אויב זיי וואלטן מברר געווען די חטא העגל, און זיי וואלטן נישט דורכגעפאלן, וואלט עס געווען די ערשטע מצוה וואס זיי האבן מקבל געווען בשלימות. זיי האבן נישט געהאט, און זיי זענען געפאלן. אבער פארשטיי אז די נסיונות נאך מתן תורה וואס איז שוין דא, די גרעסטע עבירה איז עבודה זרה.

ס'איז דא א ווארט פון בארדיטשובער רב[71], איך מיין אז ס'שטייט נישט אין זיין ספר, אבער די קדושת המגיד ברענגט עס אין פרשת בלק, ווען בלעם האט "וישא משלו ויאמר". דארט שטייט ער האט געוואלט שעלטן אידן, האט ער געזוכט עפעס אויף זיי. "וישא משלו ויאמר", זאגט דארט רש"י[72] אז ער האט געקוקט אויף די חטא וואס אידן האבן געזינדיגט אין מדבר, די חטא העגל, און ער האט געמיינט אז דורך דעם וועט ער זיי קענען שעלטן.

ברענגט ער דארטן אז די בארדיטשובער רב האט געפרעגט א מורא'דיגע קשיא. ס'פאסט פאר אים צו פרעגן די קשיא, יעדער מענטש וואלט געדארפט פרעגן. מ'זאגט דאך דער אייבערשטער איז א רחום וחנון, ער איז א מוחל. יעדער יום כיפור זאגט מען דאך "מלך מוחל וסולח לעוונותינו ולעוונות עמו ישראל בכל שנה ושנה". ער איז מוחל א חטא העגל, אבער "ופקדתי עליהם חטאתם"[73]. דער אייבערשטער זאגט אז ס'דארף צו זיין עפעס א חטא ביודעין, עפעס. ס'גייט נישט אוועק פון די אקאונטינג. ס'דארף צו זיין אזוי פשט. פארוואס טוט ער דאס? גארנישט גייט אוועק, גארנישט ווערט נישט דערמאנט.

זאגט דער ברדיטשובער הקדוש, הער א ווארט. ער זאגט אזוי, אז די עומק פון די פסוק דארף מען פארשטיין אזוי. ער זאגט אז ווען איינער איז א בן מלך, ער האט נישט קיין יצר הרע, און ער וויל זיין א צדיק, מאכט עס סענס. און טאמער "וישב ויטעם", ער גייט און ער זוכט זיך זאכן וואס בעצם זענען שעדליך, דאס איז א געפערליכער גנב. אויב צדיקים וואס זענען בטבע צדיקים זענען צדיקים, און מענטשן וואס בטבע האבן דעת זענען רשעים זענען רשעים, איז נישטא אזא שטארקע שכר פאר די צדיק, און ס'איז נישטא אזא שטארקע טענה אויף די רשע[74].

זאגט ער, אבער וואס טוט זיך ווען א מענטש איז בטבע יא א רשע, ער האט יא די תכונות, און ער שלאגט זיך, און ער איז מגלה די אמת — נישט די אמת וואס ער האט געפילט, די אמת, זיין הארץ האט געפילט עפעס אנדערש. ער האט געמאכט א הכנעה, און ער האט מגלה געווען די שם השם, און ער איז אן ערליכער איד, ווי מ'רופט עס, אים קומט זיך א גרויסע שכר, ווייל ער האט זיך געשלאגן.

זאגט דער הייליגער ברדיטשובער, אז ס'איז געווען א טענה פון די אומות העולם פאר'ן יסוד, אז דער אייבערשטער האט געוואלט געבן די תורה פאר די אומות העולם, האבן זיי אלע געזאגט "נישט פאר מיר". קומט צו די אידן, "נעשה ונשמע". סאונדט עס, אונז האבן געזאגט "נעשה ונשמע", הייליגע מענטשן, ס'אינטערעסירט זיי נישט די וועלט, האבן זיי געזאגט "נעשה ונשמע". ס'קומט זיך מורא'דיגע שכר פאר דעם? זיי האבן איידעלע נשמות.

און וואס זיי האבן געזאגט שפעטער "ושמענו ועשינו", אז די דיבור וואס מ'האט גערעדט, זיי האבן געוואלט צוריקגיין צו די פלאץ וואס זיי האבן געהאט די נסיון. וואס איז געשען? ס'איז געווען א נסיון פון די חטא העגל, און דורכגעפאלן. סאו וואס איז דאס אלטע? דער אייבערשטער זאגט "וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם".

זאגט דער קדושת לוי[75], וואס איז פשט? דער אייבערשטער זאגט, "וביום פקדי", ווען איך וועל געדענקען, עס וועט קומען די צייט וואס דער אייבערשטער וועט געבן פאר די אידן די גרויסע שכר וואס זיי דעזערוון. ווען עס וועלן קומען די מקטרגים און זאגן, "וואס עפעס געסטו זיי שכר? זיי זענען הייליגע מענטשן!" די מקטרגים זענען גרויסע נארן. זיי וועלן זאגן, "זיי זענען דאך הייליגע מענטשן!" "ופקדתי עליהם חטאתם", איך וועל געדענקען וואס זיי קענען טון. און מיט דעם אלעם זענען זיי הייליגע מענטשן, דארפן זיי טאקע האבן די שכר. אזוי האט ער געטייטשט, דאס איז די סוד פון דעם פסוק "וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם".

זאגט ער, דאס איז די פשט אין די חז"ל "גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך"[76]. חז"ל דרש'ענען, "אלה" גייט ארויף אויף די חטא העגל. עס שטייט דאך "אלה אלהיך ישראל". זאגט דער רבונו של עולם, "גם אלה תשכחנה" — איך וועל פארגעסן די חטא העגל. וואס הייסט דו וועסט פארגעסן די חטא העגל? אפשר וועסטו פארגעסן די מעמד הנבחר? "ואנכי לא אשכחך". זאגט דער רבונו של עולם, די מעמד פון "אנכי ה' אלקיך", דאס וועל איך נישט פארגעסן. וואס ליגט דא?

[יז] סיכום — מהשבועות אל ימות החול

דאס איז די סוד וואס מיר רעדן, די גאנצע תורה וואס מיר לערנען נאך ביז היינט, "ושמענו ועשינו". מיר זענען אלע געווען אויף די דרגה, שווער, אבער מיר זענען אלע געווען אויף די דרגה פון משה רבינו, "אנכי עליון", מיר האבן זוכה געווען צו וואס מיר רופן די שורש פון אונזערע נשמות, אז מיר זענען געווען מגלה די "שמים שמים לה'".

נאכדעם זענען מיר צוריקגעגאנגען צו די פלאץ פון "ושמענו ועשינו", און מיר דארפן מברר זיין די פלאץ. און די ראיה אז מיר זענען אמת'דיג צוריקגעגאנגען צו די פלאץ איז די זאכן וואס מיר האבן געמאכט אונטערוועגנס. אבער ווען מיר וועלן ענדיגן און מיר וועלן מגלה זיין די "שמים שמים לה'"[77], צום סוף ווען מיר וועלן מלקט זיין די ניצוצות פון די גאנצע וועלט, און דער רבונו של עולם וועט אונז געבן שכר אויף די אלע כלים. "וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם"[78], ווייל זיי האבן די כלים, זיי האבן די אפשרות אז זיי נוצן עס נישט ריכטיג. אז מיר וועלן עס נוצן ריכטיג, זאל דער אייבערשטער אונז העלפן.

מיר זאלן ארויסנעמען פון די שבועות די "אנכי עליון", מיר זאלן קענען ווייטער לערנען די ווערטער וואס מיר לערנען דא, נישט ווערן אזוי דערשראקן, און זאלן וויסן אז פשט איז אלעס די זעלבע מאמרי חז"ל וואס מיר לערנען די גאנצע צייט, נאר אביסל אויף אזא שפראך. אבער עס קומט צוריק צו די זאכן וואס מיר לערנען יעדע וואך, וואס מיר חזר'ן, מיר דארפן עס נאר אנהייבן טון[79].

❦ ❦ ❦

ויהי רצון שנזכה לקבל את התורה באהבה ובשמחה

ולעלות מ"שמענו ועשינו" אל "נעשה ונשמע", אמן

שבועות