R' Shlomo Lichtenstein shiurim

שיעור פתיחה לחכמת הקבלה — אות כ״ו

Yiddish study sheet + 61pp English beginner companion

18 במאי 2026 · Iyar 5786 · שפראך פון דעם שיעור: יידיש

אראפלאדן PDF

אויפן טעלעפאן, אראפלאדן דעם קובץ. דער לייענער עפנט זיך נאר ווען מען דריקט.

אינהאלטשיעור פתיחה לחכמת הקבלהחלק א' — הקדמה: דער מסך און די פינף בחינותפארוואס דארף מען דוחה זיין?חלק ב' — אות כ"ו: חומר המסך וחמש בחינות העביותדער עצם פון דעם מסךכבר ידעת, שחומר המסך בכללותו... כמסבואר בשם "קשיא", שפירושו כמו דבר קשה מאוד, שאינו מניח למישהו לדחוק בתוך גבולו.כי המסך אינו מניח מאור העליון לעבור דרכו אל המלכות, שהיא בחינה ד'.שבזה נבחן, שמפני שכל שיעור אור הראוי להתלבש בכלי המלכות, עכבו אותו המסך והחזירו לאחוריו.פינף בחינות עביות אין בחינה ד'גם נתבאר, שיש ה' בחינות עביות בבחינה ד' — הן ה' בחינות עביות הכלולות ובוערות בהמסך, ומתחברות במידת הקושי שבו.ולפיכך, נבחנים בהמסך ה' מינים של הזדווגות דהכאה, על פי ה' שיעורי עביות שבו.חלק ג' — די פינף קומות לויט די פינף בחינותמסך אויף אלע פינף בחינות → קומת כתרמסך אויף בחינה ג' בלויז → קומת חכמהמסך אויף בחינה ב' → קומת בינהמסך אויף בחינה א' → קומת תפארת (זעיר אנפין)מסך אויף בחינה שורש → קומת מלכותצוזאמפאסונג פון די פינף שטאפלעןהרי שיעור הקומה של אותה ספירה יוצא על ידי המין הזיווג דהכאה של המסך.חלק ד' — דער טעם: "אין אור בלי מסך"כי נודע שאין אור מושג בלי כלי.דער חידוש: דער מסך איז די נייע כלידי פינף כלים פון בחינה ד' ווערן יעצט פינף כלים פון אור חוזרחלק ה' — די קשיא: פארוואס פעלט דער כתר ווען ס'פעלט די מלכות?דער יסוד פון אור ישרחלק ו' — דער יסוד פון ערך הפכי בין כלים לאורותכי יש תמיד ערך הפכי בין האורות לכלים.סדר גידול הכלים: מלמעלה למטהסדר כניסת האורות: מלמטה למעלהובהיפך עליהם האורות — כי באורות, האורות התחתונים נכנסים תחילה בהפרצוף.דער כלל: יעדער ניי אור גייט אריין אין די איידלסטע כליוזהו הטעם, שכל המקבל מחויב לקבל בכלי היותר זך שבו שהיא כלי הכתר.דער דינאמיק פון די אורות שטופן זיךובזה תוכל להבחין תמיד בכל ענין המדברים בערך כלים, אם בערך אורות, ולא תתבלבל, כי יש תמיד דרך הפכי ביניהם.חלק ז' — משלים פאר ערך הפכידער משל פון פאסטןדער משל פון קרישמע (ר' ברוך שלום)דער ווארט פון ר' זושא: עזות פנים לגיהינוםדער משל פון חנוך תופר מנעליםחלק ח' — חמשת פרצופי א"קוואס איז עולם אדם קדמון?ראש וגוף בכל פרצוףפרצוף א' דא"ק — גלגלתא (כתר)פרצוף ב' דא"ק — ע"ב (חכמה)פרצוף ג' דא"ק — ס"ג (בינה)פרצוף ד' דא"ק — מ"ה וב"ן (זעיר אנפין ומלכות)צוזאמפאסונג פון די פינף פרצופי א"קדער טאבעלע פון די פינף פרצופים

שיעור פתיחה לחכמת הקבלה

אות כ"ו — חומר המסך, חמש בחינות העביות, וחמשת פרצופי א"ק

מהרב הגאון ר' שלמה ליכטענשטיין שליט"א

חלק א' — הקדמה: דער מסך און די פינף בחינות

אות כ"ו. מ'גייט איבער דא די פינף בחינות פון דעם מסך. אין די בחינה ד' — וואס דאס איז די כלי המלכות וואס איז אויסגעליידיגט געווארן ביי דעם צמצום — איז דא א רשימו פון די פינף אורות וואס האט געהאט אין אין-סוף. די איינציגסטע וועג ממשיך צו זיין דעם אור נאך א מאל, איז דורך דעם ספעציעלן תיקון פון דעם מסך, וואס שלאָגט זיך און זאגט: "איך לאז נישט אריין דעם אור מיט די כלי וואס כ'האב גענוצט ביז יעצט" — דאס הייסט די כלי וואס וויל מקבל זיין סתם.

נאר מ'גייט זיך מתיק זיין מיט דעם מסך — וואס דאס איז מסכסך — און דורך דעם מסכסך איז מען זוכה מברר צו זיין א חלק פון דעם אור, און דאס נעמט מען מקבל זיין מיט די לבוש פון אור חוזר.

פארוואס דארף מען דוחה זיין?

ס'וואלט געווען פיל גרינגער דער אויבערשטער זאל מיר עס געבן! דאס איז דאך די פראבלעם: נאך דעם צמצום מיט דעם חיוב איז דא א בחינה וואס האט א פראבלעם מיט נעמען סתם. דער אויבערשטער וויל אז מ'זאל נעמען — פארשטייט זיך אז דער אויבערשטער וויל מ'זאל נעמען — אבער איך פיל אז ווען איך נעם, בין איך א נפרד, און איך וויל נישט זיין א נפרד.

איז דא דעם סדר פון דעם מסך: איך בין דוחה. יעצט גייט מען לערנען אז לויט ווי שטארק די דחייה איז, לויט דעם באקומט מען א כח מקבל צו זיין בקדושה. וואס הייסט מקבל זיין בקדושה? מקבל זיין על מנת להשפיע נחת רוח להבורא, נישט פאר די אייגענע אינטערעסן.

מ'גייט דא לערנען אז ס'איז דא פינף וועגן ווי אזוי דאס צו טאן.

חלק ב' — אות כ"ו: חומר המסך וחמש בחינות העביות

דער עצם פון דעם מסך

כבר ידעת, שחומר המסך בכללותו... כמסבואר בשם "קשיא", שפירושו כמו דבר קשה מאוד, שאינו מניח למישהו לדחוק בתוך גבולו.

דער חומר פון דעם מסך, דער עסענס פון דעם מסך וואס באשטייט דער מסך בעצם — א מסך איז ווי א הארטע זאך, א שלאָג-זאך. עס שטעלט זיך אזוי ווי א דבר קשה, ער לאזט נישט אריין קיינעם אין זיין גבול.

כי המסך אינו מניח מאור העליון לעבור דרכו אל המלכות, שהיא בחינה ד'.

דער מסך שטעלט זיך אוועק אויף די בחינה ד' און זאגט "איך לאז נישט אריין די אורות". כביכול דער אויבערשטער וויל אריינקומען — דער אויבערשטער וויל אז די אור החכמה זאל דארטן רוען, ער וויל אנקומען צו די כלי המלכות — און די מלכות זאגט: "איך לאז נישט אריין".

שבזה נבחן, שמפני שכל שיעור אור הראוי להתלבש בכלי המלכות, עכבו אותו המסך והחזירו לאחוריו.

מיט דעם וואס זי שטעלט אוועק דעם מסך און זי איז דוחה דעם אור: די גאנצע אור וואס האט געדארפט אריינקומען האט דער מסך אפגעהאלטן, מיט די קשיות, און ער שיקט עס צוריק.

פינף בחינות עביות אין בחינה ד'

גם נתבאר, שיש ה' בחינות עביות בבחינה ד' — הן ה' בחינות עביות הכלולות ובוערות בהמסך, ומתחברות במידת הקושי שבו.

יעדער מסך ליגט דא באהאלטן אן עביות וואס אויף די עביות שלאָגט מען זיך. אין די בחינה ד' איז דא פינף בחינות פון עביות — פינף מדרגות. אין די בחינה ד' אליין איז דא א שורש, א', ב', ג' מיט א ד'. אויף יעדע בחינה איז דא א מסך.

ולפיכך, נבחנים בהמסך ה' מינים של הזדווגות דהכאה, על פי ה' שיעורי עביות שבו.

ממילא זענען דא פינף סארטן זיווגים דהכאה.

חלק ג' — די פינף קומות לויט די פינף בחינות

מסך אויף אלע פינף בחינות → קומת כתר

שאם יש הזדווגות דהכאה על מסך שלם מכל ה' בחינות עביות... ומעלה אור חוזר שהוא מספיק להלביש את ה' ספירות כולם, דהיינו עד קומת כתר.

אויב ס'איז דא א מסך וואס קען זיך מתיק זיין אויף אלע פינף בחינות פון עביות, איז דאס א זייער שטארקע הכאה. אויב די הכאה קומט אין די אלע פינף בחינות — דאס הייסט דער עיקר פון די ד', פארשטייט זיך פון די העכערע בחינות — איז דער אור חוזר זייער שטארק, ס'גייט צוריק ביז כתר. הייסט עס: מ'קען ארומנעמען אלע ספירות ביז כתר.

מסך אויף בחינה ג' בלויז → קומת חכמה

אבל אם אין הזדווגות דהכאה על מסך החסר מעביות דבחינה ד', שאין בו אלא עביות דבחינה ג', הנה האור חוזר שהוא מעלה, מספיק להלביש את הספירות רק עד קומת חכמה, וחסר מקומת כתר.

אויב די מדרגה האט נישט קיין כח צו מאכן א מסך אויף די בחינה ד' — ווייל די בחינה ד' איז א זייער שטארקע עביות, און דארט האט ער נישט דעם כח דוחה צו זיין — ממילא קען ער נאר שלאָגן אויף א בחינה ג', און נאר פון דארט קען ער דוחה זיין. ער קען נאר מלבש זיין ביז חכמה. עס וועט פעלן כביכול די אור הכתר, ווייל ער קען נאר מאכן אן אור חוזר אויף א קלענערע עביות.

מסך אויף בחינה ב' → קומת בינה

ואם אין בו אלא עביות דבחינה ב', הנה האור חוזר שלו קטן יותר, ואינו מספיק להלביש את הספירות רק עד קומת בינה, וחסר מקומת כתר וחכמה.

פעלן שוין צוויי אורות.

מסך אויף בחינה א' → קומת תפארת (זעיר אנפין)

ואם אין בו אלא עביות דבחינה א', הנה האור חוזר שלו מוקטן ביותר, ואינו מספיק להלביש אלא עד לקומת תפארת, וחסר מקומת כתר חכמה בינה.

יעצט פעלן שוין דריי.

מסך אויף בחינה שורש → קומת מלכות

ואם יחסר גם עביות דבחינה א', ולא נשאר בו אלא עביות דבחינה שורש... הנה הכאה שלו קלושה מאוד, ואינה מספיקה להלביש אלא לקומת מלכות בלבד, וחסר מט' ספירות הראשונות כתר חכמה בינה ותפארת.

ער קען אפילו נישט מאכן א מסך אויף די בחינה א'. שטעלט זיך אן אנדערע קשיא: מ'קען נאר פאסטן. ער קען נישט דוחה זיין. אלץ וואס ער האט, באקומט ער. א שורש איז א בחינה וואס ער באקומט. וואס מיינט עס, ער האט א מסך אויף די בחינה שורש? כמעט גארנישט — אבער ער פאסט. ס'איז דא איינער וואס וויל באקומען, און ער פאסט. ער וועט נאך ממשיך זיין עפעס, אבער ס'וועט זיין א זייער קליין אור.

צוזאמפאסונג פון די פינף שטאפלען

ס'ווענדט זיך ווי ער האט א כח להתגברות. אויב ער האט א כח להתגברות מיט דעם מסך — וואס דאס מיינט אז ער קען זיך ערלויבן, ער קען עומד זיין בין השורש, ער קען גיין אויף דעם פלאץ וואס הייסט בחינה ד', ער קען מיט די עביות וואס איז דא אויף דעם פלאץ זיין דורך די קשיות — קען ער זוכה זיין צו דעם וואס מ'האט גערופן "קומת כתר", דאס הייסט ער קען משיג זיין דעם אור הכתר.

ווי שטארקער ער קען עומד זיין בין השורש, אלץ אזוי. און טאמער זאגט ער אז ער קען נישט עומד זיין בין השורש, און ממילא ניצט ער נאר דעם מסך אויף א קלענערע עביות, איז חכמה ממשיך א מדרגה וואס ס'וועט נישט זיין אזוי גרויס.

הרי שיעור הקומה של אותה ספירה יוצא על ידי המין הזיווג דהכאה של המסך.

די אלע פינף מדרגות וואס מיר האבן געלערנט גייט ארויס לויט די פינף מיני זיווג דהכאה, המשיעורים על האי בחינת עביות שבו.

חלק ד' — דער טעם: "אין אור בלי מסך"

ועתה דע את הטעם הדברים. ער וועט פרובירן אונז צו פארשטיין א ביסל דעם טעם פון דעם.

כי נודע שאין אור מושג בלי כלי.

ס'קען נישט זיין קיין אור אן א כלי. ווער איז געווען די כלי דעם גאנצן צייט? מ'האט געזאגט "אין אור בלי כלי" ביז יעצט, האט מען געזאגט פשוט: מ'קען נישט האבן א תענוג אויב מ'האט נישט קיין אפעטיט; אויב מ'האט נישט קיין רצון לקבל. די רצון לקבל איז די כלי.

דער חידוש: דער מסך איז די נייע כלי

אבער יעצט האט מען געלערנט אז דעם תיקון פון דעם צמצום איז עפעס דא א נייע כלי. מ'האט געגריפן: דער אור חוזר איז געווארן די כלי אנשטאט די בחינה ד'.

וואס מיינט "אור חוזר"? מ'האט דאך מסביר געווען אז אור חוזר מיינט נישט סתם טריקענער אור חוזר. די אור חוזר מיינט די אלטע כלי וואס מ'האט גערעדט ביז יעצט — וואס איז זיך מתקן מיט א מסך און איז מקבל על מנת להשפיע.

איז נפסל געווארן די בחינה ד' כמו שהיא אן דעם מסך. ווען מ'זאגט "נפסל געווארן די בחינה ד' כמו שהיא", קען מען זאגן: די אלע פינף כלים וואס זענען דא אין די בחינה ד' זענען נפסל געווארן כמו שהיא. און מ'קען יעצט ניצן די פינף כלים — מיט א מסך.

איז אויב איך זאג "אין אור בלי כלי", איז יעצט דא א כלל: "אין אור בלי מסך". איך קען נישט ממשיך זיין דעם אור נאך א מאל נאך דעם צמצום, אויב איך האב נישט קיין מסך. דער מסך איז די כלי.

וואס טייטש דער מסך איז די כלי? דער מסך גיט מיר די אפשרות צו ניצן די אוריגינעלע כלי מיט די אור חוזר, און דורך דעם קען איך מקבל זיין על מנת להשפיע. נאר די אוריגינעלע כלי — איך האב די כלי, איך האב עס אוועקגעלייגט, די אוריגינעלע כלי האב איך מיינע, אין א סערטן סענס דעם אפעטיט האב איך — נאר דעם מעורר זיין די רצון צו ממשיך זיין דעם אור נאך א מאל נאך א צמצום, קען איך נישט אן א מסך, נאר אויב איך האב א כח זיך מתגבר צו זיין.

די פינף כלים פון בחינה ד' ווערן יעצט פינף כלים פון אור חוזר

גם ידעת שהאי בחינת עביות הנולדה מהאי בחינה העביות שבבחינה ד', שמטרם הצמצום היו האי כלים בהאי בחינה ד' של בי"ע או עשר ספירות כתר חכמה בינה תפארת ומלכות.

אין דעם בחינה ד' זענען דאך געווען די כלים וואס האבן מקבל געווען דעם אור אין-סוף פאר דעם צמצום. ובאחר הצמצום א' — וואס דער צמצום א' וויל נישט ניצן די כלי וואס מ'האט געהאט אין אין-סוף — נכללו זענען יעצט די פינף בחינות נכלל געווארן בהאי בחינה של המסך. דאס הייסט: מ'גייט נאר ממשיך זיין דעם אור מיט דעם מסך.

אשר עם אור חוזר שהיא מעלה, הם חוזרים להיות האי כלים בבחינת אור חוזר על אלו עשר ספירות כחב"תו"ם, במקום האי כלים שבבחינה ד' עצמה שטרם הצמצום.

יעצט ווערן ניי כלים — מ'האט געגריפן כלים פון אור חוזר, אנשטאט די כלים וואס זענען געווען פאר דעם צמצום, וואס דארט איז געווען די כלי וואס מ'האט פארשטאנען א גאנצע צייט — דער רצון לקבל.

און ממילא: אז מ'פארשטייט אז די כלי וואס מ'האט געהאט אין אין-סוף איז די זעלבע כלי וואס מ'ניצט נאך א מאל מיט דעם מסך, וועט מען פארשטיין: אויב ס'איז מעגליך צו האבן א מסך אויף אלע פינף בחינות פון עביות וואס זענען געווען די כלים, האב איך יעצט ווייטער פינף כלים מלביש צו זיין אויף די עשר ספירות. אבער אויב ער קען נישט האבן קיין מסך אויף אלע פינף בחינות — כי חסר לו האי בחינה ד' — וואס מיינט עס פעלט אים די עביות פון בחינה ד'? ס'מיינט נישט אז ער האט נישט קיין אפעטיט; ער האט נישט קיין כח זיך מתגבר צו זיין אויף די עביות פון בחינה ד'. וממילא קען ער נישט ממשיך זיין דעם אור מיט דעם שטארקן עביות, ובמילא האט ער נאר פיר כלים, און פעלט אים איין אור — אור הכתר.

כמו שחסר לו כלי אחד שהיא עביות דבחינה ד', פעלט אים איין אור — דער אור הכתר. אזוי גייט עס ווייטער מיט יעדער בחינה.

חלק ה' — די קשיא: פארוואס פעלט דער כתר ווען ס'פעלט די מלכות?

יעצט גייט ער אראפ מסביר זיין א זאך וואס איז איינע פון די זאכן וואס ער האט אויסגעפעלט. ס'איז פארענטפערט א סאך סתירות אין כתבי האריז"ל. ער שטעלט זיך דא אויף א דקדוק.

אמרנו מה שכתוב לעיל: למה בחסרון כלי מלכות במסך שהיא בחינה ד' הרי נחסר מאור הכתר, ובחסרון גם כלי התפארת נחסר מאור החכמה וכו'?

מ'פארציילט די פאקט אז ווען ס'פעלט די מלכות, פעלט די אור הכתר; ווען ס'פעלט די בחינה ג', פעלט די אור החכמה. אבער וואס ארבעט עס אויף א פארקערטע זייט?

לכאורה היה צריך להיות בהיפך: שבחסרון כלי מלכות במסך שהיא בחינה ד', יחסר בהקומה רק אור המלכות, ויהיו בו ד' אורות כתר חכמה בינה ותפארת.

ס'דארף דאך זיין אז ווען ס'פעלט די אונטערשטע כלי דארף פעלן די אונטערשטע אור. דעם כלי מלכות האט געהאט די אור המלכות, דעם כלי פון זעיר אנפין האט געהאט די אור פון זעיר אנפין, דעם כלי פון בינה אור הבינה, דעם כלי פון חכמה אור החכמה, דעם כלי פון כתר האט געהאט אור הכתר.

און דו זאגסט מיר: איך האב א מסך אויף די בחינה ד' — קען איך האבן כתר! אז ס'פעלט מיר דעם מסך פון בחינה ד', און איך קען נאר האבן א מסך אויף די בחינה ג', האב איך נאר קומת חכמה?! פארוואס גייט עס פארקערט?

דער יסוד פון אור ישר

אין אור ישר — דער גאנצער שפראַך וואס מ'האט געלערנט ביז יעצט — די בחינה ד' האט מקבל געווען דעם אור הכתר. וואס האט בחינה ד' צו טון מיט אור כתר? בחינה ד' האט מקבל געווען דעם גאנצן אור, ווייל זי איז א אמת'ע כלי. דערנאך קומט אראפ — אבער בעצם איז דאס וואס די בחינה ד' האט מקבל געווען. זעיר אנפין האט א קלענערע כלי, ער האט מקבל געווען א קלענערן אור, און העכער העכער ביז כתר האט די קלענסטע כלי.

אין אינסוף האט די בחינה כתר געהאט די גרעסטע אורות, און צוביסלעך — ווי עס איז אונטער געקומען צו חכמה — איז די עביות געווארן אביסל שטערקער, און דארט איז אראפ געקומען דער אור צום ערשטן מאל. אין בינה איז די עביות געווארן נאך שטערקער, און אין ג' נאך שטערקער. אבער אונז האבן געזאגט אז אלעס ביז די ג' הייסט נאך נישט קיין כלי באמת. ווען איז דער ערשטער מאל געווען א כלי? ביי דער ד'. די מלכות איז געווען באהאלטן אין עולם אין-סוף, און זי האט מקבל געווען די גאנצע אור בשלימות.

די בחינה ד' וואס איז געווען די כלי אין אין-סוף, האט זי צוגעלייגט דארט נסי"ח תע"ס ח"ס חו"ב ח"פ. די ד' וואס איז געווען אין אין-סוף האט כביכול אין זיך אליין פינף כלים: דער כתר פונעם ד' האט מקבל געווען אור כתר, דער חכמה פונעם ד' האט געהאט אור חכמה, דער בינה האט געהאט אור בינה, זעיר אנפין האט געהאט אור זעיר אנפין, ד' שב-ד' האט געהאט אור מלכות.

צמצום: מלכות וויל נישט מקבל זיין. דער אור איז אוועק פון אלע פינף חלקים פונעם מלכות. יעצט: וואס דארף מלכות ממשיך זיין דעם אור נאך א מאל? מיט א מסך.

האסטו א מסך אויף אלע פינף בחינות — קומט צוריק דער כתר. פעלט דיר די מסך אויף די ד', וועסטו נאר האבן חכמה. פארוואס? וואספארא אור האט די ד' געהאט? אור מלכות?! ס'פעלט מיר יעצט א מסך אויף די מלכות, זאל פעלן דער אור מלכות און די ערשטע פיר זאלן בלייבן! וואס עפעס? אט דאס איז די קשיא.

חלק ו' — דער יסוד פון ערך הפכי בין כלים לאורות

כי יש תמיד ערך הפכי בין האורות לכלים.

דער גאנצער חכמת הקבלה פון נאך דעם צמצום און ווייטער — איז דא א זאך וואס הייסט "ערך הפכי".

סדר גידול הכלים: מלמעלה למטה

כי מדרך הכלים שהכלים העליונים נגדלים תחילה בהפרצוף — שמתחילה נגדל הכתר, ואחריו כלי דחכמה וכו', עד שכלי המלכות שזוהי הגדולה שבעוביות נגדל באחרונה.

ווען ס'בויט זיך א פרצוף פון אצילות, איז דא א סוד אז אלע כלים וואס זענען צובראכן זענען נישט אין די עולם האצילות — ס'איז דא עפעס א ניצוץ פון קדושה וואס מען דארף מברר זיין די כלים פון בי"ע, דאס הייסט מ'דארף זיי אויסרייניגן פון די סיגים, מיט א מוסר.

די ערשטע כלי וואס וועט נתברר ווערן איז די איידלסטע כלי. ס'טייטש: איינער וויל אריינקומען אין די קדושה — די מינימום וואס מען דארף טון, ער דארף קענען פאסטן. ער קען זיך משתלט זיין, ער האט שוין א מוסר, פאקטיש ער קען פאסטן לשמה, ער פאסט נישט סתם ווייל ער וויל פאסטן; ער פאסט ווייל ער האט נישט די יכולת צו נוצן די כלים בקדושה, אבער ער נוצט עס נישט. פאסטן הייסט זייער אן איידעלע כלי — א כלי וואס נוצט נישט קיין רצון לקבל.

ועל כן, דאס איז דער טעם פארוואס אונז זענען מכנים די כלים בסדר כח"ב תומ"ל: כתר, חכמה, בינה, תפארת, מלכות — פון אויבן אראפ. ווייל די סדר פון גידול הכלים גייט מלמעלה למטה. כי כן טבע הגידול.

סדר כניסת האורות: מלמטה למעלה

ובהיפך עליהם האורות — כי באורות, האורות התחתונים נכנסים תחילה בהפרצוף.

ווען איך קען נאר נוצן א כלי כתר, קען איך נאר האבן די קליינע אור — די אור הנפש. כי מתחילה נכנס הנפש שהיא אור המלכות. ואחר כך, ווען די מדרגה ווערט נאך גרעסער, באקומט ער א גרעסערע אור — די רוח שהיא אור הזעיר אנפין, עד שאור היחידה נכנס באחרונה.

ועל כן זענען אונז מכנים די אורות אין סדר נרנח"י — נפש, רוח, נשמה, חיה, יחידה — ממטה למעלה. ווען מ'רעדט פון כלים זאגט מען כח"ב תומ"ל; ווען מ'רעדט פון אורות זאגט מען נרנח"י.

דער כלל: יעדער ניי אור גייט אריין אין די איידלסטע כלי

כל אור הבא מחדש — יעדע אור וואס קומט אראפ ניי, ווי פריש — מוז אריינקומען אין די איידלסטע כלי. היא מתלבשת רק בכלי הכתר.

וזהו הטעם, שכל המקבל מחויב לקבל בכלי היותר זך שבו שהיא כלי הכתר.

כל המשפיע משפיע בדבר היותר עב — כביכול דער אויבערשטער וויל משפיע זיין, מוז זיין א השתוות צווישן די מקבל כדי ממשיך צו זיין דעם אור. אבל כל המקבל, כדי מקבל צו זיין דעם אור וואס וועט נמשך, איז ער דארף מקבל זיין בכלי היותר זך. ס'דארף זיין א השתוות פון די כלי מיט די אור. די אור קומט דאך פונעם אויבערשטן — די אור הייסט כביכול אז ס'איז שייך צו די רצון להשפיע. וממילא די כלי וואס ער מקבל די נייע אור וואס קומט אראפ, מוז זיך צופאסן צו די אור.

דער דינאמיק פון די אורות שטופן זיך

ווען איך האב נאר די כלי הכתר, וואסערע אור איז דארט? נפש. ווען איך ארבעט אויס נאך א כלי — די בחינה א', חכמה — קומט יעצט אריין דער אור הרוח. ער מוז אריינקומען אין די איידלסטע כלי. און די איידלסטע כלי האט געהאט ביז יעצט דעם אור הנפש; שטופט ער אראפ דעם אור הנפש אין די כלי חכמה, וואס דאס איז די כלי וואס איז יעצט צוגעקומען. און די איידעלע כלי הכתר איז מקבל דעם אור הרוח.

כשנגדל כלי ג' בהפרצוף, שהיא כלי הבינה, אז נכנס בה אור הנשמה. שטייט ער ווייטער אראפ: אז יורד אור הנפש מכלי החכמה לכלי הבינה, ואור הרוח לכלי החכמה, ואור הנשמה מתלבש בכלי הכתר.

כשנגדל בהפרצוף כלי ד', שהיא כלי התפארת, נכנס בהפרצוף אור החיה. אז יורד אור הנפש מכלי הבינה לכלי התפארת, ואור הרוח לכלי הבינה, ואור הנשמה לכלי החכמה, ואור החיה בכלי הכתר.

כשנגדל כלי חמישי בהפרצוף — דאס איז די נידעריגסטע כלי — שהיא כלי המלכות. נכנס בה אור היחידה, ואז באים כל האורות בכלים המיוחסים להם: אור הנפש יורד מכלי התפארת לכלי המלכות, אור הרוח לכלי התפארת, אור הנשמה לכלי הבינה, אור החיה לכלי החכמה, ואור היחידה לכלי הכתר.

בקיצור: אויב כ'האב אריינגעברענגט די נידעריגסטע עביות, וועט אויסקומען אז אלע אורות זענען דארט וואו זיי דארפן צו זיין. דאס אור היחידה איז אין די כתר, און דאס אור הנפש איז ביי די מלכות.

אבער טאמער כ'קען נישט אריינברענגען די נידעריגסטע כלי — וועלכע אור גייט ארויס? דער העכסטע אור! די אור הכתר האט ארויסגעגאנגען.

הרי שכל עוד שלא נגדלו כל ה' הכלים — כתר חכמה בינה תפארת ומלכות בהפרצוף — נמצאים האורות שלא במקומם המיוחס להם, ולא עוד, אלא שהם בהיפך גמור: שבחסר כלי מלכות, חסר שם אור היחידה.

אט דאס איז דער טעם פון "ערך הפכי": די נידעריגסטע כלי איז וויכטיג צו האבן די העכסטע אור.

ובזה תוכל להבחין תמיד בכל ענין המדברים בערך כלים, אם בערך אורות, ולא תתבלבל, כי יש תמיד דרך הפכי ביניהם.

חלק ז' — משלים פאר ערך הפכי

דער משל פון פאסטן

צו פאסטן הייסט דאס איידעלסטע. ווייל ס'איז נישט קיין עביות — עביות מיינט וועלן מקבל זיין. דאס איידעלסטע מיינט אז דו קומסט נישט מקבל זיין; דו ביסט זיך געפאסט. מ'מאכט א שטיקל פאסטן פאר א כלי.

וואס מיינט "איך פאסט"? איך בין נישט מעורר דעם אפעטיט. דאס איז דער ווארט. ווען איך פאסט, איז פשט אז איך רעכן זיך נישט ווי איינער וואס טראכט א גאנצע צייט ווען ער פאסט וואס ער וואלט געדארפט עסן — דעמאלטס פאסט ער טאקע נישט בקדושה. ער ווייסט אז ער קען נישט דילן מיט א געוויסע זאך, ובמילא איז ער אַרויס, ער גייט נישט דארט. דאס הייסט "איך פאסט".

די איידלסטע — דאס איז אין כתר. דער אור פון פאסטן איז ריעלי דזשאסט מלכות (די קלענסטע אור), אבער ער שיינט אין כלי הכתר — די איידלסטע כלי.

The bigger the avodah — the closer to keter you are.

דער משל פון קרישמע (ר' ברוך שלום)

ר' ברוך שלום פלעגט ליב האבן צו זאגן: ווען א מענטש דאווענט — א מענטש זאגט קרישמע, "ה' אלוקינו ה' אחד" — און איז זיך מתבונן אין די אור השם, ער איז מקבל אמרי שריפה די אור כתר. דער מצב פון דאווענען איז א ביסל אזוי ווי כלי הכתר. ס'איז א כלי וואס איז נישט ביזי מיט עפעס; דאמאלטס איז א מצב וואס מען קען כביכול זיך מחבר זיין מיטן אור.

וואס איז דער חילוק פון קרישמע פון איין מענטש מיטן צווייטן? יעדער שטייט אין שוהל ביים דאווענען, יעדער זאגט קרישמע. וואו מעסט זיך דער חילוק?

דער וואס קען ארויסגיין אין גאס און זיין א יחיד ווען ער איז אין גאס — ער קומט אין בית המדרש און ער זאגט קרישמע — וואס פאר א מין אור עקספיריענסעט ער ווען ער זאגט קרישמע? אן אור! דער מענטש וואס קען נישט ארויסגיין אין גאס — אז ער איז ארויס אין גאס, האט ער זיך געשאפט א יחיד — ער איז נאר אין בית המדרש: ער איז ממשיך די אור השם, אבער וואס פאר א מין אור באקומט ער? א קלענערע אור.

דער משל: קרישמע איז די כלי וואס קוקט אויס אזוי ווי די כלי הכתר. אבער אין וואס מעסט זיך וואס פאר א סארט אור דו האסט אין דעם כלי הכתר? דאס עקספרעסט זיך אין ווי נידעריג ער קען גיין.

דער ווארט פון ר' זושא: עזות פנים לגיהינום

ר' זושא האט א ביסל א פארקערט ווארט אויף די משנה "עזות פנים לגיהינום, בושת פנים לגן עדן".

פשט אין די משנה: איינער האט עזות פנים — איז אין גיהינום; איינער איז בושת פנים — איז א סימן אז ער האט די סימן פון קדושה, איז אין גן עדן.

אבער ר' זושא דרייט עס אַזוי איבער: "עזות פנים" מיינט אז איינער האט עזות דקדושה — דאס טייטש ער האט א מסך. ממילא קען ער גיין אין גיהינום, ווייל ער קען אויפהויבן דעם פלאץ. "בושת פנים" מיינט אז ער האט נישט דעם מסך, ער האט נישט די עזות דקדושה צו קענען זיך מתגבר זיין אויף א נידעריגן פלאץ — אויף א פאסטן אדער כ'ווייס נישט וואס, מקבל דעם קלענערן אור — איז אין גן עדן.

ער טרינקט קאווע אין שטיבל, ער קען אויך זיין אין גן עדן — ער קען פארנעמען א גן עדן סתם אזוי. אבער וואס איז דער חילוק ווען איינער קען אבער גיין אין גיהינום? מיינט עס נישט אז ער קען נישט גיין אין גן עדן! פארשטייט זיך אז זיין גן עדן איז א פיל גרעסערע אור ווי דער וואס קען נאר זיין אין גן עדן.

דאס איז דער משל: דער אור וואס איך בין ממשיך, איז דער אור וואס שיינט אין די איידעלע כלי — דער אור וואס שיינט אין כתר אייביג, ווייל כתר איז די איידעלע פלאץ. אבער אין וואס מעסט זיך וואס פאר א סארט אור דו האסט אין דיין כתר? דאס מעסט זיך אין ווי נידעריג דו קענסט אראפגיין.

לויט ווי נידעריג דער מסך איז, בין איך ממשיך א גרעסערע אור — אבער אין דעם נידעריגן פלאץ. דער מענטש וואס ווען ער דרייט זיך אין גאס, טוט ער עוסק זיין אין גאס מיט קדושה — ער האט א אור נפש, א קלענערע אור. אבער אזא מענטש ווען ער זאגט קרישמע האט ער א גרעסערע אור. ווי נידעריגער א מענטש קען גיין און זיין א בעל קדושה, אלץ מער אורות האט ער ווען ער זאגט קרישמע אדער ווען ער לערנט תורה אדער ווען ער טוט אלע זאכן וואס מען רופט גן עדן.

דער משל פון חנוך תופר מנעלים

חנוך תופר מנעלים — דאס איז דער משל אז ער קען זיך מקשר זיין אויף א נידעריגן פלאץ. ער איז גרויס, ער איז געווארן מלאך מט"ט; און פונקט אזוי איז דא א חז"ל אז ער איז געווארן מלאך מט"ט, "כי שמי בקרבו" — שמו כשם רבו, מט"ט טרונ"ס גימטריא שד"י.

רש"י זאגט אויפן פסוק "ויתהלך חנוך את האלקים ואיננו כי לקח אותו אלקים" — "ויתהלך חנוך את האלקים" הוא הלך בדרכיו. ער איז געגאנגען אין די וועגן פונעם אויבערשטן. "ואיננו" — פארוואס האט אים דער אויבערשטער אוועקגענומען? בעצם האט ער געדארפט לעבן, ער איז געווען א צדיק. אבער רש"י ברענגט דעם לשון, אז ער איז געגאנגען מיט "דרכי עמוקה, וקל היה לשוב ולהרשיע". ס'איז געווען גרינג פאר אים צוריק צו פאלן, דער אויבערשטער האט נישט געוואלט אז ער זאל צוריק פאלן, איז "ואיננו" — ער האט אים גלייך אפגעשטאפט, "כי לקח אותו אלקים".

דאס איז דער יסוד פון מלאך מט"ט — דער מלאך פון ימות החול, וואס איז מקבל די תפילות (זוהר). דער הויכער איז מקבל פֿון דעם נידעריגן פלאץ — אט דאס איז דער ערך הפכי.

חלק ח' — חמשת פרצופי א"ק

וואס איז עולם אדם קדמון?

א"ק איז ראשי תיבות אדם קדמון. אדם קדמון איז דער ערשטער עולם, די ערשטע וועלט וואס קומט ארויס אין דעם חלל הפנוי נאך דעם צמצום.

פאר אצילות — פאר עולמות אבי"ע (אצילות, בריאה, יצירה, עשיה) — איז דא עולם א"ק. דארט קומען ארויס די פרצופים. נאך דעם צמצום, מיט דעם חלל הפנוי, קומט אריין א "קו דק", און דער קו דק קומט אריין אין דעם מדרגה וואס הייסט אדם קדמון. דאס איז די ערשטע דרגה — דער ערשטער דמות אדם וואס ווערט נתגלה אין די עולמות.

און דעם אדם קדמון איז כולל פינף פרצופים: א פרצוף כתר, א פרצוף חכמה, א פרצוף בינה, א פרצוף זעיר אנפין, א פרצוף מלכות — די אלע פינף פרצופי א"ק, די פינף פרצופים פון עולם הכתר.

ראש וגוף בכל פרצוף

די אור חוזר וואס עולה ע"י זיווג דהכאה ממטה למעלה, ומלביש עשר ספירות דאור עליון — הוא מספיק רק לשורשי הכלים המכונים "עשר ספירות דראש" של פרצוף. אין שעת ראש שטעלט זיך אוועק דער מסך, ער איז דוחה, ער שלאגט זיך, ער נעמט נישט. דאס איז גענוג צו מאכן א ראש.

אבל בכדי לגמור את הכלים — שזהו התכלית — מוכרחים לקבל. מתרחבת המלכות דראש באותן עשר ספירות דאור חוזר שהלבישו לעשר ספירות דראש, והיא מתפשטת ממנה ובה מלמעלה למטה, באותה שיעור קומה שבעשר ספירות דראש. לויט ווי שטארק די דחיה איז געווען אין ראש, לויט דעם וועט עס זיך מתפשט זיין מלמעלה למטה, און מ'איז מקבל.

ובהתפשטות הזה כשאנחנו מקבלים — נגמרו הכלים שהם נקראים "גוף הפרצוף". באופן שבשתי בחינות של עשר ספירות יש להבחין תמיד בכל פרצוף: ראש (וואו ס'איז דוחה — די העכערע עביות), וגוף (וואו ס'איז מקבל — די אור חוזר).

פרצוף א' דא"ק — גלגלתא (כתר)

די ערשטע מדרגה וואס קומט ארויס נאך דעם צמצום האט דעם שטערקסטן מסך — ער קען זיווג מאכן אויף די בחינה ד'. די ערשטע מדרגה האט א מושג אויף די בחינה ד'. דעמאלטס: מ'קען דוחה זיין די עביות, און מ'קען אויפהויבן ביזן כתר.

תחילה יצא פרצוף הראשון דא"ק, תכף אחר צמצום א', אשר בחינה ד' נצמצמה מלהיות כלי קבלה לאור עליון והותקנה במסך. הנה אז נמשך אור עליון להתלבש בכלי מלכות כדרכו, והמסך שבכלי מלכות עכב אותו והחזיר את האור לאחוריו. ועל ידי הכאה זו שעשה המסך דבחינה ד', העלה אור חוזר עד קומת כתר שבאור עליון.

ואותו אור חוזר נעשה ללבוש ובחינת שורשי כלים לעשר ספירות שבאור עליון הנקרא "עשר ספירות דראש" של פרצוף הראשון דא"ק.

ואחר כך התרחבה והתפשטה המלכות ההיא עם האור חוזר מכוח עשר ספירות דראש ממנה ובה לעשר ספירות חדשות מלמעלה למטה, ואז נגמרו הכלים בבחינת גוף. בכל שיעור הקומה שיצא בעשר ספירות דראש, נתלבש גם כן בעשר ספירות דגוף. ובזה נגמר הפרצוף א' דא"ק ראש וגוף.

דער ערשטער פרצוף דא"ק = פרצוף הכתר = גלגלתא דא"ק (קומת כתר, מסך אויף בחינה ד').

פרצוף ב' דא"ק — ע"ב (חכמה)

ואחר כך חזר ונשנה אותו הזיווג דהכאה על מסך המסייע שבכלי מלכות שאין בו רק עביות דבחינה ג', ובמילא אז ער וועט זיין יוצא נאר קומת חכמה ראש וגוף.

מחמת שחוזר על מסך ועוביות דבחינה ד' אין בו רק ד' קומות (כתר, חכמה, בינה, תפארת), ועל כן אין מקום לאור חוזר להלביש רק ד' אורות לבד שהם חיה נשמה רוח נפש, וחסר בו אור היחידה.

ונקרא בשם זאת המדרגה "ע"ב דא"ק". ס'וואלט מען דאס געדארפט רופן "חכמה דא"ק" — אבער ער זאגט "ונקרא ע"ב דא"ק". ע"ב איז א שם, א שם פון חכמה — סא די פרצוף החכמה הייסט "ע"ב דא"ק".

דער צווייטער פרצוף דא"ק = פרצוף החכמה = ע"ב דא"ק (קומת חכמה, מסך אויף בחינה ג'). פעלט: אור היחידה.

פרצוף ג' דא"ק — ס"ג (בינה)

ואחר כך חזר אותו הזיווג דהכאה הנ"ל על מסך שבכלי מלכות שאין בו רק עוביות דבחינה ב', נאך א שוואכערע עוביות, ובמילא אז ער וועט זיין יוצא ג' ספירות דראש וגוף, קומת בינה.

וזה וואלט מען דאס גערופן "בינה דא"ק". און ער זאגט דאס אלס הייסט "פרצוף ס"ג דא"ק". ס"ג איז אויך א וועג וויאזוי מ'שרייבט דעם שם, און במילא איז דאס גימטריא ס"ג — און דאס איז דער סוד פון דעם פרצוף הבינה.

שחסרים בו ב' הכלים התחתונים — דתפארת ומלכות — וב' האורות דחיה יחידה.

דער דריטער פרצוף דא"ק = פרצוף הבינה = ס"ג דא"ק (קומת בינה, מסך אויף בחינה ב'). פעלן: אור היחידה ואור החיה.

פרצוף ד' דא"ק — מ"ה וב"ן (זעיר אנפין ומלכות)

ואחר כך יצא הזיווג דהכאה על מסך שאין בו רק עוביות דבחינה א', אז יוצא ב' ספירות דראש וגוף נאר קומת תפארת, וחסרים בו ג' כלים: בינה, זעיר אנפין ומלכות, וג' אורות: נשמה, חיה, יחידה. ואין בו אלא רוח ונפש מהאורות המלובשים בכתר חכמה דכלים.

והיא הנקראת "פרצוף מ"ה וב"ן דא"ק". וואלט מען דאס גערופן "פרצוף זעיר אנפין דא"ק".

וזכור כאן את הערך ההפכי שבין כלים לאורות — דאס וואס די ווייניגער די עוביות איז, ווערט די קלענער די קומה.

דער פערטער פרצוף דא"ק = פרצוף זעיר אנפין/מלכות = מ"ה וב"ן דא"ק (קומת תפארת, מסך אויף בחינה א'). פעלן: יחידה, חיה, נשמה.

צוזאמפאסונג פון די פינף פרצופי א"ק

והנה נתבארו אופן יציאתם של ה' פרצופי א"ק הנקראים גלגלתא, ע"ב, ס"ג, מ"ה, ב"ן — זה למטה מזה, שכל תחתון חסר בחינה עליונה של העליון שלו.

כי לפרצוף ע"ב — שזהו פרצוף החכמה — חסר אור יחידה.

ולפרצוף ס"ג — שזהו פרצוף הבינה — חסר גם אור החיה שיש לעליון שלו שהיא ע"ב.

ולפרצוף מ"ה וב"ן — שזהו זעיר אנפין — חסר גם אור נשמה שיש בעליון שלו שהיא ס"ג.

והטעם שזה תלוי בשיעור העוביות שבמסך, שעליו נעשה הזיווג דהכאה — כמבואר באות ט' וח'.

דער טאבעלע פון די פינף פרצופים

גלגלתא דא"ק — פרצוף הכתר — מסך אויף בחינה ד' — קומת כתר — אלע פינף אורות (נרנח"י).

ע"ב דא"ק — פרצוף החכמה — מסך אויף בחינה ג' — קומת חכמה — פיר אורות (נרנח"), פעלט יחידה.

ס"ג דא"ק — פרצוף הבינה — מסך אויף בחינה ב' — קומת בינה — דריי אורות (נר"נ), פעלן יחידה וחיה.

מ"ה ב"ן דא"ק — פרצוף זעיר אנפין/מלכות — מסך אויף בחינה א' (און שורש) — קומת תפארת — צוויי אורות (רוח ונפש), פעלן יחידה, חיה, נשמה.

אמנם — צריכים להבין: מי ומה גרם שהמסך ילך וימעט בחינה אחר בחינה בשיעור עוביותו, עד שיחלק לה' שיעורי קומה שבה' מיני זיווגים הנ"ל? און דאס וועלן מיר זען נעקסטע מאל.

סוף שיעור — בעז"ה ימשך

· Petichah אות כ״ו