R' Shlomo Lichtenstein shiurim

קונטרס הכנה לקבלת התורה

Yiddish kuntres, 15 perakim, 32fn, 5.9x8.5

20 May 2026 · Sivan 5786 · Language of the shiur: Yiddish

On a phone, download the file. The on-screen reader opens only when you ask for it.

Contentsבס“דקונטרסהכנה לקבלת התורהבעל הסולםהגאון הרב שלמה ליכטענשטיין שליט’’אפתח דברפרק א ענין כפה עליהם הר כגיגיתהקשיא של העולםהשם נידס די תורה?פרק ב תתקע” דורות קודם בריאת העולם - התורה ואדם הראשון בגן עדןדי תורה איז געווען פאַר בריאת העולםדי בריאה ארגינעל, און די נפילה“איכה” - ווי זענט איר?עשרה מאמרות נברא העולםאדם הראשון “לית ליה מהאי עלמא ולא כלום”לעבדו ולשמרופרק ג סדר השתלשלות וענין שבירת הכליםדי פנימיות פון די פסוקיםפרק ד ירידת הנשמות למצרים וקליפת פרעהמצרים - קיבוץ הנשמותחכמת מצרים - פרעה כתנין הגדולשיעבוד ובירור הנשמותפרק ה עשרה מאמרות, עשר מכות, ועשרת הדברותדי פאַראַלעלזיווג דקדושהפרעה האט געכאפט צען פאטשןפרק ו כל האומר דבר בשם אומרו - מביא גאולה לעולםדעם בעל שם טוב’ס רמזפרק ז בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבליןדעם קלויזנבורגער רב’ס מוסרר’ שלום שוואדראן בשם ר’ שלמה זלמןדעם קלויזנבורגער רב’ס פשטדער עיקר פשטפרק ח אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענוםדי שפיץ פון עשרת הדברותדעם רמב“ם’ס פירושוואס איז געשען ביי מתן תורהדי מחלוקת אם “אנכי” היא מצוהדי פאסירונג ביי מעמד הר סיניפרק ט ועתה ישראל - שמע אל החקים ואל המשפטיםפרשת ואתחנן און משה רבינו’ס חזרהפרק י נעשה ונשמע - שני כתריםחזרת מתן תורה אין פרשת ואתחנן“קרב אתה ושמע” - די יידן’ס בקשהשיטת הרמב“ן ביי די פסוקיםנעשה ונשמע ביי שמותיידן ווי מלאכי השרתדער קשר צו אנכי ולא יהיה לךפרק יא היטיבו כל אשר דברו - הטבת הנרות והטבת הקטורתדעם משך חכמה’ס פירושדרשת חז“ל - “כהטבת הנרות”ענין הקטורת - דער חלבנהענין הנרות - דעות שכל“היטיבו כל אשר דברו”די צוויי מדרגות - מלאכים און בני אדםפרק יב טעם עליון וטעם תחתוןדעם מגן אברהם’ס קשיאודברת בם - דרשת ברכותדער הסבר - מדרגת הנבואהודברת בם - בעומקטעם עליון און טעם תחתון - חילוקיםטעם עליון - חזרה למצב לוחות ראשוניםדאס סוד פון די צוויי טעמיםדער סוד פון שבועותפרק יג חטא העגל וענין השתלשלות הזמןנאך מתן תורהדער חטא העגלפרק יד וביום פקדי ופקדתי - פשט הברדיטשעווער רבדעם קאזשניצער מגיד’ס פירושדעם ברדיטשעווער רב’ס קשיאדעם בארדיטשעווער’ס הייליגער פשטדי טענה פון אומות העולםגם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחךפרק טו סיום וחתימהאנכי לא אשכחך - דער שורש פון אונזער קשרברכת סיוםחזק חזק ונתחזקהערות

בס“ד

קונטרס

הכנה לקבלת התורה

בעניני חג השבועות ומעמד הר סיני

❖ ❖ ❖

מיוסד על דרכו של רבינו

בעל הסולם

רבינו יהודה לייב הלוי אשלג זצוקללה’’ה

❖ ❖ ❖

שיעור פנימיות אשר אמר

הגאון הרב שלמה ליכטענשטיין שליט’’א

נדפס לזכות לימוד תורה בקדושה ובטהרה

פתח דבר

הקונטרס שלפנינו הוא תמצית שיעור הכנה לחג השבועות ומעמד קבלת התורה, אשר נאמר על ידי הגאון הרב שלמה ליכטענשטיין שליט’’א בדרך של שיעור פנימיות, מיוסד על דרכו של רבינו הבעל הסולם זצוקללה’’ה ועל פי דרכי הקבלה של רבותינו האריז’’ל וחכמי הסוד.

השיעור נאמר בלשון אידיש מדוברת בפני קהל לומדי השיעור הקבוע, ועיקרו דברים שבעל פה אשר נסבים על מאמרי חז’’ל ומדרשים הידועים בעניני מתן תורה - כפיית הר כגיגית, עשרת הדברות מפי הגבורה, נעשה ונשמע, עשרה מאמרות נברא העולם, חטא העגל, ושיטות הראשונים והאחרונים בענין מצות “אנכי”. כל אלה משולבים יחד בדרכו של הבעל הסולם בענין בחינת אדם הראשון בגן עדן, סוד שבירת הכלים, ירידת הנשמות למצרים, ועבודת בירור הכלים שמוטלת על כל אחד מישראל.

בעריכת הקונטרס השתדלנו לשמור על לשונו ועל דרכו של בעל השיעור, תוך כדי סידור הדברים בסדר נכון לפי הענינים, וחילוקם לפרקים מסודרים עם כותרות. הוספנו בהערות מקורות לכל סוגיא וסוגיא שהזכיר המגיד שיעור, וגם הקדמות קצרות בכל פרק ופרק. הסוגריים המרובעים [...] באים לסמן הוספות עורך לבירור הענין, ואין בהן מדבריו של בעל השיעור עצמו.

יהי רצון שיהיו הדברים לזכות הרבים, ושנזכה להבין באמת מהו ענין קבלת התורה, ולשוב בתשובה שלימה לפני אבינו שבשמים, להיות ראויים לקבל את התורה הקדושה מחדש בכל שנה ושנה.

פרק א ענין כפה עליהם הר כגיגית

הקשיא של העולם

עס פרעגט זיך אַ פראַגע, וועלכע יעדער איינער פרעגט: וואָס איז דער פשט פון “כפה עליהם הר כגיגית”? עס שטייט דאָך אַזוי אין חז“ל אויף מתן תורה[1]. מ’לערנט עס כפשוטו, כביכול האָט דער רבונו של עולם שוין נישט קיין ברירה - אַז ס’וועט נישט מקבל זיין די תורה, דאַרף ער חרוב מאַכן די גאַנצע וועלט. דאָס לערנט מען עס יענע אופן: ווי כביכול דאַרף דער אייבערשטער דאָס? ער קען נישט אַנדערש?

אָבער דאָס דאַרף מען פאַרשטיין: מ’רעדט דאָ פון אַן אַנדערע בחינה. די אַלע מאמרי חז’’ל אויף מתן תורה מיינט מען זייער פנימיות. אַפילו ווען מ’לערנט פנימיות דאַרף מען פאַרשטיין וואָס פאַר אַ ווערטל מ’לערנט. אונזער שכל איז נישט אייביג פיקסט אויף אַ געוויסע טעמא, מ’דאַרף שטענדיג פאַרשטיין אַז יעדע זאַך וואָס מ’לערנט, ספּעציעל אין אגדה, איז אַ גוטע קשיא.

השם נידס די תורה?

עס איז דאָ אַ פראַגע נאָך פאַר דעם: ס’שטייט דאָך אַז “השם נידס די תורה” - דער אייבערשטער דאַרף די תורה. צי איז עס מעגליך צו זאָגן אַזאַ זאַך? וואָס מיינט דאָס? עס מיינט נישט קיין ענין פון גשמיות. אָבער עס איז אַ גוטע קשיא. וואָס מיינט אַז השם דאַרף די תורה? וואָס דאַרף דער אייבערשטער אַז מיר זאָלן מקבל זיין די תורה?

די תירוץ אויף די אלע קשיות איז: עס איז דאָ אַ “פלאַץ” וואו די בריאה איז אַרויסגעקומען אָריגינעל, נאָך פאַר ס’איז געווען די נפילה. עס איז דאָ אַ מצב פון די בריאה, אַ שורש פון אלעס, וואָס דאָרט איז אַלעס געווען גוט, אַלעס איז געווען דבוק אינעם אייבערשטן. אַ סך פון מאמרי חז“ל אין אגדה רעדן פון יענעם פלאַץ אַפילו ווען זיי רעדן ווי גוואַלדיג מ’לערנט פשוטו של מקרא. די פרשה פון בראשית, אדם הראשון און גן עדן, איז דאָך פּונקט וועגן יענעם מצב.

פרק ב תתקע” דורות קודם בריאת העולם - התורה ואדם הראשון בגן עדן

די תורה איז געווען פאַר בריאת העולם

מן הסתם, כביכול, איז די תורה געווען פאַר בריאת העולם. עס איז דאָ אַ חז’’ל אַז די תורה איז געווען תתקע” דורות, צוויי טויזנט יאָר, פאַר מתן תורה - דאָרט “אש שחורה על גבי אש לבנה”, און השם, יום יום, כביכול, איז משתעשע מיט די תורה[2]. צוויי טויזנט יאָר נאָך דעם איז ער געווען אַ צאַצקע - השם יום יום. דאָס איז אַ גאַנצע שאַלה. דאָס איז נישט קיין פּשוט’ע ענין.

די בריאה ארגינעל, און די נפילה

עס שטייט אַז דער אייבערשטער האָט באַשאַפן דעם אדם, אַ נברא וואָס מ’ווייסט אַז דאָס איז כולל אַלע נבראים. ער האָט אים צוגעשטעלט אַ ריינע פלאַץ, און דער פלאַץ הייסט גן עדן. ער האָט אים אַריינגעלייגט דאָרטן. ס’האָט אַלץ געדאַרפט זיין גוט. עס איז דאָ די בריאה וואָס דער אייבערשטער האָט אויך באַשאַפן וואָס מ’רופט דער נחש, וועלכער איז געקומען און האָט געמאַכט עפּעס אַ מין שטיק פאַר אדם הראשון, און דורך דעם איז ער אָנגעקומען ווי ער איז אָנגעקומען.

פון דאָרט דערציילט אונדז די תורה ווייטער: מ’לערנט די תורה כסדרן און מ’זעט אַז ס’איז געווען נאָך אַ פּראָבלעם שפּעטער - דער דור המבול, די משנה אין אבות “עשרה דורות”, ביז אברהם אבינו, און נאָכדעם שפּעטער מתן תורה. די גאַנצע מצב ביז אברהם אבינו איז למשל אַ סטאַנדאַרד פון תהו, די גאַנצע מצב פונעם בריאה פאַר ס’איז געווען די גילוי פון אברהם אבינו אויף דער וועלט - עס איז קלאָר תהו.

“תהו” מיינט אַזוי ווי ביי אונדז מיינינגלעס אין אַ סערטן סענס. דער אייבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט אַז מען זאָל אים קענען, און ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע מאָל וואָס מען איז זיך מייחס אַז ס’איז געווען אַ נברא וואָס האָט זיך אַרויסגעדרייט אָנצוהויבן רעדן פונעם אייבערשטן - אברהם אבינו איז דער ערשטער. פון דאָרט הייבט מען אָן עפּעס.

“איכה” - ווי זענט איר?

אדם הראשון, נאָך דעם חטא, האָט דער אייבערשטער געזאָגט “איכה”, ווי זענט איר? אַז מען לייענט אַביסל וואָס מיינט דאָס רוחניות, מען זעט ווי מען איז אַליין געפאַלן, און דאָס איז דער שורש פון אַ “גוטע פאַרשטאַנענישע ארויסדרייטשונג” - ער איז אַרויסגעדרייט אַהין, נישט אַז ער איז כפשוטו פאַרשוואונדן, נאָר ער איז אַרויסגעדרייט פון יענעם מצב.

עשרה מאמרות נברא העולם

מ’לערנט די משנה אין פרקי אבות: “בעשרה מאמרות נברא עולם”[3]. וואָס מיינט “בעשרה מאמרות נברא עולם”? מ’לערנט אַביסל קבלה - צען ספירות. אין די משנה שטייט עס גאַנץ “עשרה מאמרות”, און ס’איז דאָ פאַרשידענע שיטות צי מען רעכנט די “ויאמר” וכו’ וכו’. אָבער דער סוד פון “ויאמר” איז “עשרה מאמרות נברא העולם” - דער אייבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט מיט די צען ספירות.

און דעם אדם הראשון, וואָס איז געווען די שלמות פון די בריאה, איז אַרויסגעקומען גאַנץ הייליג אין דער וועלט וואָס ער האָט באַשאַפן. פאַר’ן עסן דעם עץ הדעת האָט ער געהאַט עפּעס אַ השגה אינעם רבונו של עולם. נאָך דעם געשעעניש פונעם חטא, פונעם עץ הדעת, האָט זיך פּשוט געענדיגט די אָריגינעלע קשר וואָס ער האָט געהאַט, און ס’האָט זיך אָנגעהויבן דער מצב וואָס מיר רופן “נאָכ’ן חטא”[4].

אדם הראשון “לית ליה מהאי עלמא ולא כלום”

בשעת ער איז געווען אין גן עדן - קענסטו זאָגן ער איז געווען אין דער וועלט? אין זוהר הקדוש איז דער לשון וואָס דער אריז’’ל ברענגט “אדם הראשון לית ליה מהאי עלמא ולא כלום”. ער איז אָריגינעל באַשאַפן געוואָרן אַז ער האָט גאָרנישט געהאַט מיט דעם וועלט.

ער האָט גאָרנישט געהאַט מיט דעם וועלט? ער איז דאָך געווען אין גן עדן! דאָס איז ריכטיג, אָבער אין דעם פּשט איז גן עדן נישט אויף דער וועלט. און ווען מען זאָגט “גן עדן איז נישט אויף דער וועלט”, מיינט עס נישט אַזוי סך ליטעראַלי - עס קען זיין אויף דער וועלט. מען זאָגט אַמאָל “אַ מענטש איז נישט אויף דער וועלט”, ווען ער דרייט זיך אַרום צווישן דיר, אָבער ער איז גאָר נישט דאָ; ער איז אַ דבוק. אַזוי ווי דער ניגון פון חזון איש וואָס מען זינגט לעצטענס - ער איז טאַקע דאָ, אָבער ער איז אין גן עדן.

דער פּשט איז אַז די וועלט ווען ס’איז פראָבלעמאַטיש הייסט עס גיהינום, אָבער ווען מען זאָגט אַז אַ מענטש לעבט און איז דבוק אינעם אייבערשטן, דאָס הייסט ער לעבט אין גן עדן. אדם הראשון האָט זיך אַרום געדרייט, מען קען זאָגן, אויף דער וועלט אַזוי ווי אונזערע. אָבער ער האָט געהאַט קשר מיט עולם האצילות, נישט מיט עולם העשיה, און ער איז געזעצן אין גן עדן.

לעבדו ולשמרו

“לעבדו” דרשענען חז“ל - דאָס איז מצוות עשה, “ולשמרו” - דאָס איז מצוות לא תעשה[5]. ס’איז בערך אַזוי ווי אונדז עסט מען נישט קיין סם, און דעמאָלט עסט מען גוטע זאַכן. נאָר גוטע זאַכן זענען געווען צוויי קעיסעס; סם איז געווען איין בוים. און אַזוי האָט ער געלעבט, ער האָט געלעבט מיט’ן אייבערשטן. וואָס פילט זיך אים צו עסן? “מכל עץ הגן אכל תאכל” - דרשענען דאָרט מצוות עשה, זאָלסט עסן. וואָס מען דאַרף, דאַרף מען עסן. איין בוים, דעם בוים וויל איך נישט זאָלסט עסן - עץ הדעת זאָלסטו נישט עסן.

פון אַלעס האָט ער געקענט עסן, אַזוי האָט ער געדינט דעם אייבערשטן. וואָס מיינט “עסן”? על פי סוד מיינט עס, ער האָט מברר געווען געוויסע כלים און ער האָט נמשיך געווען אורות מיט דעם, און ער איז געווען דבוק אינעם אייבערשטן. די ווערטער וואָס מיר נוצן דאָ - “עץ הדעת טוב ורע לא תאכל ממנו” - ס’איז דאָ עפּעס אַ געוויסע פלאַץ, געוויסע אורות, אַ געוויסע רצון לקבל, וואָס אין דעם אויב דו עסט, ביסטו דאָרט נישט קענען מברר זיין. עץ הדעת טוב ורע איז עקטשואַלי דער חילוק פונעם קענען מברר זיין מיט נישט מברר זיין.

פּינקטליך ווי ער איז געווען און וואָס איז געוואָרן נאָך דעם, דאָס דאַרף מען לערנען אין דרוש פונעם אריז“ל אויף די לבושים פון אדם הראשון - ווי ער איז געווען פריער און ווי ער איז אַלעס געוואָרן נאָכדעם[6].

פרק ג סדר השתלשלות וענין שבירת הכלים

דערנאָך איז דאָ די סדר השתלשלות, וואָס איינמאָל אַריבער צו די נעקסטע איז דאָ עפּעס אַ “געמישעכץ”. שפּעטער געוואָרן אַפילו אַז די כוחות פון בחינה ד’ האָבן געוואָלט נמשיך זיין דעם אור אָן אַ מסך. פון דעם איז געוואָרן דער פלאַץ ווי די קליפות האָבן אַ יניקה.

און דער מענטש איז געמישט - ער ווערט געבוירן פון די קליפות, ער ווערט געבוירן פון דעם פלאַץ. און ער האָט אָבער אַ נשמה, וואָס ער האָט די אַביליטי קודם אויסצואַרבעטן דעם פלאַץ, אויפצוהערן זיין אַ עוזר צו דעם פלאַץ; און ער דאַרף פאַרשטיין, ער דאַרף צוריקברענגען די כלים און מקבל זיין און נאָכאַמאָל גיין צוריק אַריין אין גן עדן. דאָס איז בערך וואָס מיר לייענען די גאַנצע צייט.

די פנימיות פון די פסוקים

פנימיות התורה איז אַ סך הכל אַ פירוש אויף די תורה, אָבער די תורה איז דאָך פּשוט צו לייענען. אָבער פאַר מ’קומט אָן צו קענען לייענען די פסוקים אין בראשית ווי אַ מענטש, דאַרף מען קודם קענען אַביסל די לשון. מ’לערנט אַביסל קבלה, מ’לערנט די משנה אין פרקי אבות “בעשרה מאמרות נברא עולם”, און פון דאָרט הייבט מען אָן צו כאַפן אַז דאָס זעלבע זאַך וואָס מיר גייען דאָ לייענען.

דער רבונו של עולם האָט באַשאַפן די רוחניות’דיגע עולם וואָס די מקובלים רעדן. ס’איז דאָ אַ פלאַץ וואו די בריאה איז אַרויסגעקומען אָריגינעל, נאָך פאַר דעם מצב וואָס די בריאה איז געפאַלן אויף אַ נידעריגערע פלאַץ. דאָרט האָט שוין געקענט זיין וואָס מיר רופן “טויט” און “רע”. צוליב עפּעס אַ קלקול איז די וועלט געפאַלן צו דעם מצב וואָס ס’איז יעצט, און מיר זענען אין דעם מצב נאָך דעם קלקול. אָבער אונדז האָבן דעם דזשאָב צו פיקסן דעם קלקול, און יעדער איינער האָט דאָ אַ שטיקעלע.

פרק ד ירידת הנשמות למצרים וקליפת פרעה

מצרים - קיבוץ הנשמות

ס’איז געווען דור המבול און דור הפלגה. מ’גייט נישט אַריבערלייענען די דעטאַלן - ס’איז געווען צוויי גענעראַציעס וואָס די זאַכן האָבן זיך חזר’ט און מ’האָט זיך געפונען היינטיגע דורות אויף אַן אַנדערן אופן. אָבער דער שורש פונעם איז: דער אריז’’ל זאָגט אַז אַלע נשמות וואָס זענען געווען אין דור המבול און דור הפלגה זענען צוזאַמגעקומען אין מצרים[7]. און די אידישע נשמות זענען געווען אין מצרים.

חכמת מצרים - פרעה כתנין הגדול

וואָס האָבן די אידישע נשמות עקספּעריענסט ווען זיי זענען געווען אין מצרים? מצרים איז אַ פלאַץ ווי ס’איז הויך “אור החכמה”, אָבער נישט די אור החכמה וואָס איז מקושר מיט דעם כתר. אור החכמה נישט מקושר מיט’ן אייבערשטן. ס’איז אַזוי ווי ווער עס האָט די מערסטע כח איז אין קאָנטראָל. און דאָס איז דער מצב פונעם נביא: “פרעה איז דעם תנין הגדול הרובץ בתוך יאורו”, און דאָס איז חכמת מצרים, הייסט עס אין נביא[8]. דער שורש איז די זעלבע זאַך - ס’איז די וועלט מיט אַלע כוחות וואָס ס’איז דאָ אין די וועלט, אָבער ס’איז נישט מקושר מיט’ן שורש.

שיעבוד ובירור הנשמות

וואָס איז געשען דאָרט ווען די אידן זענען געווען אין מצרים? ס’איז אָנגעקומען צו אַ זיכערע [מצב] - וואו זיי זענען אַריבער מיט דעם, זענען אַריבערגעגאַנגען אַ לאַנגע צייט פון יסורים, און קומען אַ סוף; זענען זיי געווען משועבד אין אַ זייער אומבאַקוועמער פלאַץ. ביז זיי זענען אָנגעקומען צו אַ מדרגה ס’איז געוואָרן גענוג אויסגעליידלט, און אַזוי זענען זיי מתקן געווען דעם פגם וואָס איז געווען אין זיי פון דור המבול און דור הפלגה.

און דער באַשאַפער האָט זיי אַרויסגענומען פון מצרים. און די מטרה איז געווען לכאורה צוריקצוגיין אין גן עדן. דאָס דאַרף זיין דער נאָרמאַלער שפּראַך: די נשמה וואָס קומט פון גן עדן, דאַרף צוריקגיין אין גן עדן. און מ’זאָגט אַז מ’זאָל אַרויסגיין פון דעם מצרים. דאָ לערנט מען די פסוקים אין די תורה: ס’איז דאָ פרעה, ער איז דער מלך מצרים, “מי ה’ אשר אשמע בקלו”[9], און די אַלע אידן זענען דאָרט אין מצרים משועבד.

וואָס האָבן זיי געטאָן? אידן זענען מאמינים בני מאמינים, און זיי האָבן געוואָלט אַרויס פון דעם פלאַץ פון מצרים, ווייל די קליפות וואָס גלייבן נישט אינעם אייבערשטן זיי האָבן געהאַט פּאַוער און די אידן זענען דאָרט געווען משועבד. און דער פרעה זאָגט “מי ה’ אשר אשמע בקלו”, און אַזוי נעמט מען אים אַרויס און אַזוי מאַכט מען אַז ער לאָזט די אידן. דאָס טייטשט אין אַנדערע ווערטער: אַז די אידן זאָלן קענען אַרויסגיין פון די חכמה וואָס האָט זיי געכאַפט אויף אַן אופן אַז זיי זען נישט דעם באַשאַפער.

פרק ה עשרה מאמרות, עשר מכות, ועשרת הדברות

די פאַראַלעל

צען מכות. וואָס האָט אָנגעהויבן די צען מכות? אויך וואָלטן צען ספירות. ס’איז “עשרה מאמרות נברא העולם”, נו - האָסטו צען מכות, און נאָכדעם האָסטו עשרת הדברות. וואָס איז דאָ געשען? פאַר וואָס פון די עשרה מאמרות ביז עשרת הדברות זענען געווען פריער צען מכות?

זיווג דקדושה

גוטע פראַגע. מ’האָט געלערנט אַביסל קבלה: אַ צדיק וואָס מ’האָט גערופן “זיווג דקדושה”. מ’האָט אים געפרעגט וואָס איז דאָס אַ מאָדנע ווערטל “זיווג דקדושה”. דער ענין איז: כדי פון די עשרה מאמרות זאָל קענען ווערן עשרת הדברות, אַ מצב וואָס מ’קען וויסן ווער ס’האָט באַשאַפן די וועלט און ווער רעדט צו אונדז אַזוי זיכער. די תורה זאָגט אַזוי זיכער פּשוט.

פרעה האט געכאפט צען פאטשן

ס’איז געווען פרעה - ער האָט געכאַפט צען פּאַטשן. מ’האָט אַרויסגעזאָגט אַ לשון פון אַ צדיק: “אַ מענטש וואָס קומט מיט קשיות צו מיר - די פילאָסאָפישע תירוצים גיי איך נישט געבן”. פרעה האָט געהאַט קשיות, האָט דער אייבערשטער געזאָגט: אַ קשיא - אַ מכה; אַ קשיא - אַ מכה. ער האָט געכאַפט צען מכות, האָט ער אויפגעגעבן מיט די קשיות.

אָבער וואָס איז דאָס פנימיות פון די ווערטל? אַ מענטש האָט אַ געוויסע עביות, צוליב דעם האָט ער קשיות; ס’האָט אַ טבע, וואָס דעם טבע לאָזט אים נישט זען דעם אייבערשטן. ער גייט אַרויס דורך די צען מכות. ער גייט אַרויס פון מצרים, ער גייט אַרויס פון מצרים, באַגעגנט זיך מיט’ן אייבערשטן ביים הר סיני.

איז דאָס אַ מהלך אין תיקון? אדם הראשון האָט זיך באַגעגנט מיט’ן אייבערשטן אין גן עדן אָן אַריבערגיין קיין יסורים. מ’איז אַריבערגעגאַנגען דורך דור המבול מיט דור הפלגה, ס’איז אַ שבירת הכלים מיט אַ גאַנצע זאַך וואָס איז געשען. און די נשמות וואָס האָבן געהאַט דעם זעלבן דזשאָב פון זיך טרעפן מיט’ן אייבערשטן און קענען זיך נישט אָפהיטן, דאַרפן אַריבערגיין די זאַכן ביז צום סוף טרעפן זיי זיך מיט’ן אייבערשטן. אַזוי, ווען מ’האָט זיך געטראָפן כביכול דאָס ערשטע מאָל ווען דער אייבערשטער האָט מיט אונדז גערעדט - דאָס איז דער פּוינט פון שבועות. ס’איז געגאַנגען פון מצרים ביז דעם יום טוב שבועות, מיט דעם סוף פונעם ימי הספירה, וואָס דורך דעם קען מען צוקומען צו דעם עשרת הדברות.

פרק ו כל האומר דבר בשם אומרו - מביא גאולה לעולם

דעם בעל שם טוב’ס רמז

וואָס דאָ אַרום איז דאָס וואָס דער בעל שם טוב ברענגט פאַר אונדז: חז“ל זאָגן “כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם”[10]. ס’איז אַ ביסל די רמז, כביכול. די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן בעשרה מאמרות - דאָס איז די באַשאַפן פון די וועלט. עשרת הדברות איז ווען דער אייבערשטער האָט מיט אונדז גערעדט.

די פּראָבלעם איז, אַז רחמנא ליצלן, מ’לעבט אין אַ וועלט אַז ווען דער אייבערשטער רעדט מיט דיר - לערנסטו תורה, פילסטו אַ התחברות, די התאַחדות מיט דעם אייבערשטן. אָבער ווען מ’גייט אַרויס דאָרט אין די וועלט, ס’איז אַביסל אַנדערש דעמאָלט.

האָט ער געטייטשט “כל האומר דבר בשם אומרו”: דער רמז פון דעם איז, אַז ווען איינער איז מקשר דאָס עשרת הדברות בשם אומרו - בשם די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם - מביא גאולה לעולם, לעולם. ער ברענגט צוריק די וועלט אַזוי ווי די וועלט דאַרף צו זיין. די וועלט דאַרף צו זיין אַז דאָס עשרת הדברות, וואָס דאָס איז די תורה וואָס מ’לערנט, זאָל קומען צו אַ דרגא וואָס עס זאָל סוף כל סוף מאַכן זען געטליכקייט אין די גאַנצע וועלט.

נישט נאָר ווען איך לערן, אָדער נישט נאָר ווען איך פאַסט, אָדער ווען איך לערן תורה, אָדער נישט נאָר ווען איך בין מיט אַ התגברות, נאָר אַפילו ווען איך בין אין די וועלט - וואָס דאָס איז עשרה מאמרות נברא העולם - דאַרף מען קענען זען דעם אייבערשטן. דאָס הייסט, מ’דאַרף אויסלייזן די וועלט.

פרק ז בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבלין

דעם קלויזנבורגער רב’ס מוסר

ס’איז דאָ אַ חמישה עשר בשבט שיעור וואָס איך האָב געהערט אַלס בחור פון דעם קלויזנבורגער רב, זכר צדיק לברכה[11]. איך האָב געהערט די טייפּס, ביומו דהאי וואָס איז געווען פון אַלטע יידן. דעמאָלטס איז געווען חמישה עשר בשבט, האָט ער אַמאָל געהאַקט אויף די... פלעגט זאָגן מוסר זיין סטייל, ער האָט געהאַט זיין וועג פון זאָגן זיין זאַך. און ער האָט געזאָגט אַז חז“ל זאָגן “בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין”[12]. באַשאַפן אַזאַ אומגעריוועניש וואָס הייסט יצר הרע, האָב איך באַשאַפן תורה - תורה איז אַ ספּייס. וואָס מיינט תבלין? ספּייס.

האָט ער געפרעגט די קשיא וואָס יעדער פרעגט: תורה איז אַ ספּייס? דער אייבערשטער באַשאַפט אַ תורה, באַשאַפט אַ יצר הרע פאַר אַ ספּייס? פאַרפאַלן, קענסט נישט שטיין ביי תורה - עס איז נישטאָ קיין חמדה, עס איז נישטאָ קיין חשק צו לערנען.

ר’ שלום שוואדראן בשם ר’ שלמה זלמן

האָט מען געטראָפן אַמאָל אַן אַנדער גוט ווערטל, דאָס איז געווען ר’ שלום שוואַדראָן. ער האָט פאַרציילט אַמאָל אַז אַ מעשה גייט אַז ער איז געווען אין אַנטווערפן, ס’איז געווען דאָרט די דיימאָנד סוחרים. האָט ר’ שלום שוואַדראָן איבערגעזאָגט פון ר’ שלמה זלמן אויערבאַך, זיין שוואָגער, אַז ער האָט אַמאָל געזאָגט אויף די חז“ל דרשענען אויף די תורה “יקרה היא מפנינים” - אַז די תורה איז טייערער ווי פנינים, פנינים מיינט פּרעשעס סטאָונס, דיימאָנדס[13].

האָבן חז“ל דרשענען דאָס טייטש: “יקרה היא מפנינים”, יקרה היא די תורה איז טייערער פון כהן גדול שנכנס לפני ולפנים. אַליין אַרויס פון דעם אַז אַ ממזר תלמיד חכם איז קודם לכהן גדול עם הארץ, פון דעם פסוק, ווייל “יקרה היא מפנינים”. די תורה איז טייערער פון די פנינים, און דער כהן גדול וואָס גייט אַריין לפני ולפנים - איז די תורה חשובער. ממילא אַפילו אַ ממזר תלמיד חכם, אָבער ער לערנט, איז ער קומט העכער אַ כהן גדול עם הארץ, אַפילו דער כהן גדול האָט די מעלה אַז ער גייט אַריין לפנים[14].

האָט ר’ שלמה זלמן געפרעגט: וואָס ’אַ שלעכט ווערטל’ - שידוך? יקרה היא מפנינים, די תורה איז חשובער ווי די אַלע פּרעשעס דיימאָנדס. וואָס פעלט נאָך צו דרשענען “כהן גדול שנכנס לפני ולפנים”? ס’איז דאָך אַ פּשוט’ע פּשט אַזוי אויך?

האָט ער געזאָגט - ר’ שלום שוואַדראָן האָט איבערגעזאָגט פון זיין שוואָגער - אַז מ’דאַרף, אַז מ’זאָגט אויף די תורה אַז עס איז פּרעשעס, דאַרף עס מדמה זיין צו עפּעס אַזוי וואָס איז סימילאַר. מ’קען נישט זאָגן אַז די תורה איז מער פּרעשעס ווי דיימאָנדס, אַזוי ווי זאָגן חלילה אַז די תורה איז מער פּרעשעס ווי סופּערסנעקס. ס’איז נישט געראָטן צו די זאַך. ס’איז נישט קיין פּשט. נאָר חז“ל האָבן געוואָלט זאָגן אַז חז“ל זענען משבח די תורה, יקרה היא מפנינים, אַז די תורה איז חשובער ווי דער כהן גדול שנכנס לפני ולפנים - דאָס איז אַ רוחניות’דיגע מדריגה.

ס’איז געווען דאָרט די סוחרים, ס’איז איינער פון זיי האָט זיך אָנגערופן: “[צי] ר’ שלמה זלמן האָט אַמאָל געזען אַ דיימאָנד אין זיין לעבן?” האָט ער געמאַכט חוזק - “יקרה היא מפנינים, ער ווייסט פון וואָס מען רעדט בכלל?”

סא די מעשה גייט אַז ר’ שלום שוואַדראָן האָט זיי געענטפערט. ער האָט געזאָגט: “צי ר’ שלמה זלמן האָט געזען אַ דיימאָנד צי נישט, ווייס איך נישט; אָבער איר זיכער קיינמאָל נישט געזען ווי ר’ שלמה זלמן האָט אויסגעזען ווען ער האָט געלערנט. דאָס איז די תענוג וואָס ער האָט געהאַט ווען ער האָט געלערנט - דאָס האָסטו נאָך נישט געזען”. דו דעסקרייבסט אַ תענוג וואָס אַ תלמיד חכם אמת’ער האָט ווען ער לערנט תורה. ס’קומט פון די יצר הרע, ס’קומט פון די רצונות וואָס דער מענטש האָט אויף געוויסע זאַכן, אָבער די יצר הרע איז תבלין פאַר די תורה. די תורה איז די בייסיק; די יצר הרע איז אַ עבודה פאַר די יצר טוב.

דעם קלויזנבורגער רב’ס פשט

אָבער חז“ל זאָגן: “בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין”, טראַ-לאַ-לאַ-לאַ. האָט ער געזאָגט מוסר דעמאָלטס אין יענעם טייפּ, האָט ער געזאָגט אַזוי: ס’זיצן מענטשן אַ גאַנצן טאָג אין פלאָרידאַ - ס’איז געווען זיין מנהג, דאָס איז געווען ביומו דהאי וואָס איז געווען די וועג מיט פּיסטאַטשיוס. קומט אַ פּיסטאַטשיוס אַ גאַנצן טאָג. ער קומט אַ נאַכט, ער קומט צו שול, שמייכלט, פילט זיך גוט. אַזויווי ער האָט געזאָגט: לעמטאי! וואָס האָסטו געטאָן? קענסט דאָך נישט גיין שלאָפן, דו האָסט דאָך גאָרנישט געטאָן! מאַכט אַ הייסע טיי, נעמט אַרויס אַ משנה, אַ גמרא, אַ עין יעקב. דו האָסט אַ גאַנצן טאָג עפּעס אַ געשמאַקן ווערטל. אַלעס רעדסטו אַלעס גוט, דו מאַכסט אַלעס גוט.

און כדי אָפּשאַפן די גמרא. ווייל דער יצר הרע ער לאַכט, ער לאַכט: “איך האָב באַשאַפן דעם יצר הרע, איך האָב באַשאַפן אַזאַ מין זאַך אַז די גאַנצע וועלט”. אָבער ס’האָט נישט קיין טעם, ס’פילט זיך נישט גוט. “ובראתי לו תורה תבלין” - איך האָב באַשאַפן די תורה, קענסטו גיין לעבן אַביסל דאָרט, אַ פּאָר מינוט דאָרט, וועט מען זיך מאַכן פילן גוט. נו שוין, ס’איז דאָ עפּעס אַ צווייטער פּשט. ס’איז אַזוי געזאָגט, דו מוזט גלייבן [...] אַ וועלט אַלס אַ כלי.

דער עיקר פשט

דער עיקר פּשט: “ובראתי יצר הרע” - דאָס איז די גאַנצע וועלט, אַזוי ווי די עשרה מאמרות נברא העולם. אָבער וואָס איז דאָס סוד אַז ס’פילט זיך נישט, ס’האָט נישט קיין טעם? ס’האָט נישט קיין קשר מיט’ן אייבערשטן, מ’ווייסט נישט אַזוי ווי ס’פאַלן דורך שיינע צייטן. אַזוי וואָס איז די גאַנצע תורה בעצם? די תורה איז תבלין; די תורה איז בעצם נאָר אַ תבלין. די גאַנצע תורה איז די עשרת הדברות, כביכול, זענען נתגלה נאָר ביי דעם מושג: די עשרת הדברות, דער אייבערשטער זאָגט אים וואָס איך וויל אין די וועלט, וואָס איז דער מיינינג פון די גאַנצע וועלט - אמת’דיג. האָט דאָס אַ משמעות.

סא מ’קען זאָגן אַז די משנה וואָס דו האָסט דאָ געזאָגט איז אַ אמת’דיג ווערטל: אויב מ’וועט זיך מתבונן זיין איז דאָ אַ גרויסער פּראָבלעם מיט די וועלט אַזוי ווי זי איז. די וועלט איז אַ פלאַץ וואָס ס’איז מלא חכמה, און ס’איז דאָ דאָרט אַ מענטש קען האָבן כל המיני תענוגים, אָבער אַז ער קען זיך נישט מקשר זיין מיט’ן אייבערשטן, האָט ער די קליפה פון מצרים וואָס נעמט אים איבער, און ער האָט נישט דעם מושג, און ער האָט נישט דעם תיקון פון וואָס מ’האָט געהאַט מעמד קבלת התורה - וועט ער זיין פּשוט’ליך, ס’וועט אים באַטעם’ן.

און די סוד פון די תורה איז אַז די וועלט איז דאָ באַטעמט. אָבער ס’וועט נאָר באַטעם’ן אויב מען לערנט תורה - ס’טייטש, אַז מ’לערנט תורה און מ’האָט אַ קשר מיט’ן אייבערשטן און מ’ווייסט וואָס דער אייבערשטער וויל מיט דעם וואָס מ’איז דאָ, מיט דעם וואָס מ’לעבט אויף דער וועלט; זאָגט מען אונדז אַלעס, אַז דער אייבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט. סא דאָס איז די תכלית פון די תורה.

פרק ח אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענום

די שפיץ פון עשרת הדברות

מ’רעדט יעצט פאַקטיש וועגן שבועות. דער אייבערשטער האָט געגעבן די תורה, ס’איז געשטאַנען די עשרת הדברות. אויב מ’וויל פאַרשטיין וואָס איז די שפּיץ פון עשרת הדברות? רוב שמועסן וואָס מ’הערט איז “תורה, תורה, תורה”. סא וואָס איז אַזאַ ווערטל?

קודם כל, עשרת הדברות איז דער שורש פון די גאַנצע תורה. אָבער ס’איז ווען מ’קוקט, מ’רעדט תורה, יא, “תורה צוה לנו משה”. די גמרא אין מסכת מכות, דאַכט זיך עפּעס דעם לוי [ר’ שמלאי]: “תרי“ג מצוות נאמרו לו למשה מסיני”[15] - אָבער “תרי“א”, ווייל “תורה” איז גמטריא תרי“א, מצוות וואָס מ’האָט געהערט פון משה רבינו. “אנכי” ולא יהיה לך” דאָס מ’האָט געהערט “מפי הגבורה שמענום” - דיקא אַזוי?

סא די עשרת הדברות - די תורה וואָס דער אייבערשטער האָט אונדז געגעבן - איז די ערשטע צוויי דברות “אנכי ולא יהיה לך”, וואָס דאָס איז מיוחס “מפי הגבורה”. דאָרטן אַלע יידן זענען אויפאיינמאָל דריי גוונים זענען געהערט דעם דיבור [וכו’], קענסט זאָגן “דיברה”, אָבער מ’האָט געהערט בבת אַחת. די שאר דברות האָבן זיי געהערט מפי משה. אַזוי איז די פּשט אין די גמרא[16].

דעם רמב“ם’ס פירוש

פּינקטליך וואָס די זאַך מיינט - אַפילו ווען מען לערנט נישט וואָס ס’איז מיין קבלה’ס זוהר. דער רמב“ם האָט אַ פיינע קאָמענטאַר אין מורה נבוכים ווי ער רעדט אויף דעם[17], און ער זאָגט דאָס איז פּשוט’ע זאַכן. אָבער ער זאָגט געוויסע חידושים, ער האָט אַ מהלך וואָס דאָס מיינט: די ערשטע צוויי דברות האָט מען געהערט מפי הגבורה. אָבער איך וויל נאָך זאָגן ס’איז נישט בדרכו, אָבער ס’איז... אַ דיוק. אויף דער דיוק וואָס ער מאַכט ס’שרייט אַרויס אַז ס’איז דאָ עפּעס העכער פון די “אנכי ולא יהיה לך” מפי הגבורה שמענום, און די רעשט האָט מען געהערט פון משה רבינו.

וואס איז געשען ביי מתן תורה

ס’איז ממש אַפילו ווען מען לערנט פּשוט פּשט אין די חז“ל. “אנכי ולא יהיה לך” - מפי הגבורה אַליין. גאַנץ כלל ישראל זענען געווען במדרגת נביאים, האָט מען געהערט די ערשטע צוויי דברות פון דעם אייבערשטן.

די מחלוקת אם “אנכי” היא מצוה

וואָס מיינט “אנכי ולא יהיה לך”? בכלל איז אַ מחלוקת ראשונים צי ס’איז אַ מצוות עשה. דער רמב“ם לערנט אַז “אנכי” איז אַ מצוות עשה דאורייתא, אַז אַ מענטש איז מחויב צו גלייבן אינעם אייבערשטן אַז ס’איז מציאות[18]. און דער רמב“ם האָט אַ שיטה אַז גלייבן מיינט בדרך החקירה - אַ מענטש מוז נוצן זיין שכל וואָס מ’קען מוכיח זיין אַז עס איז דאָ אַ בורא. דאָס איז די מצוה פון “אנכי”.

נאָכדעם איז דאָ דער רמב“ן. ער רעכנט דאָס אויך פאַר אַ מצוה אינעם ספר המצוות. ער ברענגט דאָרטן פון דעם בה’’ג ס’איז נישט גערעכנט, און דער רמב“ן איז זיך מתחבט מסביר צו זיין פאַר דעם בה“ג, אַז ס’איז נישט שייך צו געבן אַ מצוה פון אמונה, ווייל אויב דו גלייבסט נישט - איז נישט דאָ קיין מצוה בכלל[19]. סא “אנכי” איז אַ מציאות, אמת; נאָכדעם איז דאָ די מצוות. אויף אַלע אַנדערע מצוות איז: אַז ס’איז דאָ אַ בורא איז דאָ מצוות. אָבער דאָס וועט נאָכגיין צי מען רעכנט עס פאַר אַ מצוה צי מען רעכנט דאָס נישט פאַר אַ מצוה.

די פאסירונג ביי מעמד הר סיני

אָבער דאָס מיינט פאָלגענד: די שפּיץ פון מתן תורה איז געווען ווען דער אייבערשטער האָט אונדז געזאָגט “אנכי ה’ אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים”, און וואָס איז געווען די פּאַסירונג כביכול? ס’האָט זיך נתגלה געוואָרן אַ מציאות, און ער האָט געזאָגט “לא יהיה לך אלקים אחרים”. און דעמאָלטס האָבן יידן געזען, לויט לשון המדרש הייסט עס, אַז ס’האָט זיך געעפנט הימל און ערד און מ’האָט געזען “אין עוד מלבדו”, מ’האָט געזען עס איז דאָ אַ בורא אויף זיכער.

פרק ט ועתה ישראל - שמע אל החקים ואל המשפטים

פרשת ואתחנן און משה רבינו’ס חזרה

ווען מען לערנט די פסוקים אין פרשת דברים-ואתחנן, ווען משה רבינו האָט איבערגעחזר’ט די [תורה], פאַרציילט אויך אַ זייער ענלעכע מעשה. דער גאַנצע סדרה דברים - וואָס זאָגט משה רבינו פאַר יידן? “אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל”. מצד איין זייט איז דאָס אַ חזרה אויף די תורה; פון אַן אַנדערע זייט ווייסט מען דאָ ס’איז געווען המצות. וואָס דאָ שטייט נאָכאַמאָל “דברים” - שטייט ס’איז אַן אַנדערע מהלך.

משה רבינו האַלט אונטן. פרשת דברים גייט ביז ענדיגט זיך נאָר ואתחנן אל דרך הפּשט. משה רבינו איז אַרויס געהאָלפן ביי די מלחמה פון עוג. פעימוס חז“ל, סוף ברכות. וואָס דאָ האָט משה רבינו די מלחמה געהאָלפן מיט עוג. און נאָכדעם, משה רבינו איז אַזוי שטאַרק געוואָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל, פרשת ואתחנן, בעט זיך ממש מ’זאָל אים לאָזן אַריינגיין; דער אייבערשטער זאָגט אים “רב לך” - ס’גייט נישט, דו גייסט נישט אַריינגיין אין ארץ ישראל.

און נאָכדעם אינמיטן פרשת ואתחנן, ווען ער ענדיגט זאָגן אַז דער אייבערשטער האָט אים געזאָגט “דו גייסט נישט אַריין”, “עלה ראש הפסגה”, “קענסט קוקן אָבער דו גייסט נישט אַריין” - קערט ער זיך צוריק אַז ער איז פּועל נאָך צו כלל ישראל: “ועתה ישראל שמע אל החקים ואל המשפטים אשר אנכי מלמד אתכם לעשות”. ער גייט כביכול געבן די תורה.

וואָס וויל איך אַז איר זאָלט טון מיט די תורה וואָס איך האָב געגעבן? “למען תחיו ובאתם וירשתם את הארץ אשר ה’ אלקי אבותיכם נתן לכם” - איך האָב אייך געגעבן די תורה, און וואָס איר דאַרפט טון איז איר זאָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל און טון די אַלע מצוות. איך קען נישט אַריינגיין, ס’איז נגזר געוואָרן אויף מיר נישט אַריינצוגיין, אָבער די יידן דאַרפן גיין. און איר זאָלט היטן די תורה און איר זאָלט נישט פאַרגעסן.

“ראה למדתי אתכם חקים ומשפטים כאשר צוני ה’ אלקי” - ער זאָגט די מוראדיגע מעלה וואָס יידן האָבן. לכאורה ס’איז נאָר מסוגל ביי לעתיד לבוא; היינט זעט מען אויך ביי [אומות העולם, ווען] עטס קומט אין ארץ ישראל און זעט די קינדער [פון אידן וכו’].

דער פסוק פון “כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה’ אלקינו בכל קראנו אליו” און “ומי גוי גדול אשר לו חקים ומשפטים צדיקים ככל התורה הזאת אשר אנכי נתן לפניכם היום” - דאָס איז לכאורה פסוקים וואָס ס’וואָלט געקענט זיין... אָבער ס’דאַרף נאָך געשען. אַלע אומות העולם דאַרפן קוקן אויף יידן און זען.

פרק י נעשה ונשמע - שני כתרים

חזרת מתן תורה אין פרשת ואתחנן

דער לשון [אין דברים]: משה רבינו חזרט איבער וואָס ס’איז געשען אין מדבר. “דער אייבערשטער האָט מיר געזאָגט איך גיי נישט אַריין, און איך האָב אייך געזאָגט איר זאָלט יא אַריינגיין”. און ווען ער איז אַריינגעגאַנגען [צו די פרשה פון מ’תשעה באב]: “כי הוליד בנים ובני בנים”, און ער זאָגט נאָכאַמאָל דעם, געווען נאָך אַ פאָלק וואָס דער אייבערשטער האָט זיך אַזוי באַוויזן פאַר זיי אַזוי ווי אונדז? ער האָט מבדיל געווען שלש ערים - בקיצור ער האָט אומגעגרייט די ערי מקלט וואָס מ’דאַרף האָבן פאַר ארץ ישראל.

און “ויקרא משה אל כל ישראל ויאמר אליהם שמע ישראל את החקים ואת המשפטים”, און ער האָט אָנגעהויבן חזר’ן וואָס ס’איז געווען ביי הר סיני. דער אייבערשטער האָט זיך מגלה געווען צען, און ער זאָגט דאָס נאָכאַמאָל די גאַנצע עשרת הדברות, וואָס זענען צוזאַמען געהערט. און נאָכדעם זאָגט ער אין עשרת הדברות: “את הדברים האלה דבר ה’ אל כל קהלכם בהר מתוך האש הענן והערפל קול גדול ולא יסף”, און עטס האָט געהערט דעם קול און עטס האָט געזאָגט אַזאַ גרויסע קול קען מען נישט אויסהאַלטן.

“קרב אתה ושמע” - די יידן’ס בקשה

און דאָ די פסוקים וואָס שטייט נישט דאָרטן אין פרשת שמות. זיי האָבן געבעטן, זיי האָבן געזאָגט: “כי מי כל בשר אשר שמע קול אלקים חיים מדבר מתוך האש כמנו ויחי, קרב אתה ושמע את כל אשר יאמר ה’ אלקינו ואת תדבר אלינו... ושמענו ועשינו” - ס’קומט נישט אַהין פון דעם אייבערשטן אַליין, נאָר זאָג דאָס. משה רבינו, דו זאָלסט רעדן מיט אונדז, “ושמענו ועשינו”[20], און ס’איז מער נישט כביכול הערן פון דעם אייבערשטן הראשון.

משה רבינו זאָגט: דער אייבערשטער האָט אָנגענומען קול דבריכם, און ער האָט גערעדט מיט מיר אַליין. “שמעתי את קול דברי העם הזה”. ס’גייט אַזוי - זיי האָבן אַ מוראדיגע הויכע מדרגה, זיי קענען נישט הענדלן כביכול דער גרויסער אור. גייסט נאָך אָן די מצוות.

שיטת הרמב“ן ביי די פסוקים

דער רמב“ן ברענגט ראיה פון די פסוקים און ער שטעלט דאָס צוזאַמען מיט מאמרי חז“ל אַז “אנכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו, והשאר” - די זאַכן גייט פון משה. ער שטעלט דאָס אָפּ פון די פסוקים דאָ: אַז די יידן האָבן געזאָגט “אונדז קענען נישט, אונדז קענען נישט אויסהאַלטן”, איז דאָס געווען נאָך די ערשטע צוויי דברות. “אנכי ולא יהיה לך” האָבן יידן געהערט, און ס’איז ממש געווען אין דער זעלבער דרגה ווי משה רבינו. נאָכדעם האָבן זיי געזאָגט: “דאָס קענען מיר נישט”. והשאר וואָס מען האָט געהערט פון משה. אַזוי טייטשט דער רמב“ן לפחות די פסוקים.

נעשה ונשמע ביי שמות

אָבער וואָס איז “אנכי ולא יהיה לך” וואָס מען האָט יא געהערט מפי הגבורה? און וואָס איז דער ענין אַז יידן האָבן געזאָגט “מיר קענען נישט”? וואָס איז דאָ געשען? די לשון אין די פסוקים דאָ, אַז די יידן האָבן געזאָגט “את כל אשר ידבר ה’ אלקינו אליך ושמענו ועשינו” - דאָ שטייט שמיעה פאַר עשייה. ס’איז דאָס אַ סתירה? אין פרשת שמות [ויהי משפטים] האָבן זיי געזאָגט: “כל אשר דבר ה’ נעשה ונשמע”[21].

פון דאָרט לערנט מען אַרויס: איינס קעגן “נעשה”, איינס קעגן “נשמע”. “כל אשר דבר ה’ נעשה” האָבן זיי געזאָגט. וואָס איז דער סוד פון נעשה ונשמע? די גמרא זאָגט אַז “נעשה ונשמע” איז אַ סוד וואָס די מלאכי השרת זענען משתמש מיט דעם[22]. וואָס איז פּשט אין דעם? אַז די לשון פון די גמרא: “בשביל שהקדימו ישראל נעשה לנשמע”. די פּוינט איז: זיי האָבן געזאָגט נעשה, זיי האָבן געזאָגט נשמע. נעשה מיט נשמע איז צוויי מדרגות. האָבן זיי באַקומען צוויי כתרים. אָבער אויב זיי וואָלטן געזאָגט “נשמע און נעשה”, וואָלטן זיי אויך געדאַרפט באַקומען צוויי כתרים. נשמע איז איין מדרגה, נעשה איז נאָך אַ מדרגה. אָבער זיי האָבן געזאָגט בשביל שהקדימו ישראל נעשה לנשמע - זיי האָבן געזאָגט נעשה פאַר נשמע, האָבן זיי באַקומען צוויי כתרים. וואָס איז פּשט?

יידן ווי מלאכי השרת

דער תירוץ איז, אַז דאָס... אָנשטאָט איין מלאך מיט איין כתר, האָט עס עפּעס נאָך אַ פאַרשטאַנד. האָסט נישט געטאָן צוויי זאַכן. ס’איז איין זאַך פאַר אַ נאָרמאַלן מענטש: דו פאַרשטייסט וואָס דו טוסט און דו טוסט עס. וואָס מיינט “בשביל שהקדימו נעשה לנשמע”? זיי האָבן געזאָגט נעשה פאַר נשמע. ס’מיינט פּשוט: אַזוי ווי די גמרא זאָגט שפּעטער, זיי האָבן מקבל געווען עול מלכות שמים. זיי זענען געווען גרייט צו טאָן וואָס דער אייבערשטער האָט צו זאָגן, פאַר ס’זאָל פאַרשטאַנען מיט זייער שכל.

איז ווען זיי האָבן געזאָגט, מקדים געווען נעשה פאַר נשמע, זענען זיי געווען במדרגת מלאכים, בטבע אַזוי ווי די מלאכים הייסן “עושי דברו”. דער מלאך האָט נישט קיין אייגענע בחירה, האָט נישט קיין פילינג אַזוי ווי “איך וויל אַזוי”. דער מלאך איז אַזוי ווי דער אייבערשטער שיקט אים אויף אַ שליחות, איז אינסטענטלי טוט ער עס. דאָס הייסט, ס’דריקט זיך אויס אַז ער טוט פאַר ער הערט. ער האָט נאָכנישט געהאַט געדאַנקען, ער האָט שוין אויסגעטאָן וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן. ס’איז [דעם מדרגה] האָבן זיי געהאַט ווען זיי זענען מקדים געווען נעשה פאַר נשמע.

דער קשר צו אנכי ולא יהיה לך

ס’קומט אויס אַז ווען יידן האָבן געזאָגט “כל אשר דבר ה’ נעשה”, פאַר מתן תורה, גייט לכאורה צוזאַמען מיט “אנכי ולא יהיה לך”. דער מדרגה פון דעם נעשה פאַר נשמע איז געגאַנגען צוזאַמען מיט די השגה וואָס זיי האָבן געהאַט “אנכי ולא יהיה לך” מפי הגבורה שמענו. דאָס איז געווען די העכסטע דרגא, וואָס דעמאָלטס האָבן זיי געהערט דעם דבר ה’ ממש אַזוי ווי מלאכים, קען מען זאָגן.

אָבער ווען זיי האָבן געזאָגט זיי קענען דאָס נישט ענדלן, “ואתה דבר אלינו” - דו זאָלסט זיין דער ממוצע, “ושמענו ועשינו” - דאָרטן האָבן זיי שוין געוואָלט קודם הערן און נאָכדעם טאָן. דער אייבערשטער זאָגט: “היטיבו כל אשר דברו”. “שמעתי את קול דברי העם הזה אשר דברו אליך היטיבו כל אשר דברו”. סא עס איז אַזוי, “ושמענו ועשינו” איז אויך אַ מדרגה. וואָס איז דער ענין דאָ?

פרק יא היטיבו כל אשר דברו - הטבת הנרות והטבת הקטורת

דעם משך חכמה’ס פירוש

דער משך חכמה אין פרשת ואתחנן אויף דעם דאָזיגן ברענגט אַ מדרש אויף “היטיבו כל אשר דברו”[23]. דער משך חכמה אין ואתחנן איז מסביר אַז דאָס וואָס מען האָט געהערט - ווען מען זאָגט נעשה פאַר נשמע, גייט עס צוזאַמען מיט “כפה עליהם הר כגיגית”. דאָס איז ממש מסביר דאָס ווערטל. ער זאָגט: “כפה עליהם הר כגיגית” מיינט - ס’איז געווען אַזוי קלאָר ביי יידן אַז וואָס דער אייבערשטער וויל, דאָס דאַרף מען טאָן. ס’איז געווען אַזוי ווי אַ מלאך, ער מוז טאָן. “כפה עליהם הר כגיגית” איז פּשוט - זיי האָבן געזען מיט קלאָרקייט אַז מ’קען נישט אַנדערש.

איז ווען זיי האָבן געזאָגט נעשה ונשמע, איז דעם מצב פון “כפה עליהם הר כגיגית”, און אין דעם איז געווען דעם “אנכי ולא יהיה לך” מפי הגבורה שמענו - איז אַלץ געווען די זעלבע דרגא. אָבער שפּעטער ווען זיי האָבן געזאָגט זיי קענען נישט בלייבן אויף דעם מדרגה, האָבן זיי געזאָגט “ושמענו ועשינו”. זאָגט דער אייבערשטער “היטיבו כל אשר דברו”.

דרשת חז“ל - “כהטבת הנרות”

איז דער משך חכמה מסביר אַ מדרש. דער מדרש זאָגט “היטיבו כל אשר דברו”, איז דאָ אַ דרשה: “היטיבו” ס’איז אַ לשון... דער מדרש זאָגט “כהטבת הנרות” און “כהטבת הקטרת”. סא מ’דאַרף מטיב זיין די נרות, אויסרייניגן די נרות יעדן טאָג פאַר מ’צינדט די נרות המנורה. ס’איז אויך דאָ הטבת הקטרת[24].

ענין הקטורת - דער חלבנה

סא דער משך חכמה איז מסביר דאָרטן דאָס אַנדערע זאַך. ער זאָגט אַז דער ענין פון קטורת איז דער חלבנה. די איידיע פון קטורת איז אַז אַלע האָבן אַ גוטן ריח, האָסטו אָבער עפּעס איין זאַך וואָס האָט נישט אַזוי אַ גוטן ריח, און מיט דעם וואָס מען מישט דאָס צוזאַמען, האָט אַפילו די חלבנה אַ קשר. מ’נעמט אַרויס פון דעם דעם ענין אַז פושעי ישראל דאַרפן זיין מיט [צער ובדבק לקדושה].

אָבער די נקודה זאָגט ער: אין דעם נפש פון דעם מענטש מיינט אַז ער דאַרף קענען מנצח זיין דעם יצר הרע, אויך אויסאַרבעטן עס. ס’זאָל האָבן עפּעס אַ קשר מיט די קדושה. דאָס איז דער ענין פון קטורת, זאָגט ער.

ענין הנרות - דעות שכל

און דער ענין פון נרות איז אַזוי ווי ס’איז דאָ אין די יצר הרע אין די מדות פון דעם מענטש, איז אויך דאָ אין דעם שכל. שכל רופט זיך אַזוי ווי דער נר; די מנורה איז קעגן דעם שכל. זאָגט ער: ס’איז דאָ אַ מענטש ער האָט דעות וואָס זענען נישט ריכטיק, דאַרף מען אויסרייניגן זיינע דעות.

“הטבת הנרות” - דער ענין מ’דאַרף מטיב זיין די נרות, חז“ל זאָגן: אַז ס’איז אויסגעלאָשן די פתילה אין דער נר, דאַרף מען מדשן זיין סיי די פתילה און סיי די שמן. די גאַנצע זאַך דאַרף מען מדשן זיין, אַריינלייגן פרישע שמן. פרישע שמן איז: מען דאַרף קלערן... מ’דאַרף אויס דעם שכל וואָס ער האָט געהאַט מחשבות וואָס זענען נישט ריכטיק, דאַרף מען אויסאַרבעטן, אויסרייניגן. די גאַנצע זאַך אַז מען קען אויסאַרבעטן מדות וואָס זענען נישט ווי ס’דאַרף צו זיין; תאוות וואָס זענען נישט ווי ס’דאַרף צו זיין, אָבער אויסאַרבעטן דעות וואָס זענען נישט ווי ס’דאַרף צו זיין.

דאָס איז אַזוי ער איז מסביר. דאָס איז דער סוד פון “הטבת הנרות” און “הטבת הקטרת”.

“היטיבו כל אשר דברו”

און באַלד יידן האָבן געזאָגט “ושמענו ועשינו”, זענען זיי געפאַלן צו דער נידעריקער מדרגה. ס’איז נישט [סתם] געפאַלן - זיי האָבן געוואָלט זיין אויף דער נידעריקער פלאַץ, וואָרעם זיי האָבן געפילט אַז מיט דעם וואָס זיי וועלן זיין אויף דער נידעריקער פלאַץ, קענען זיי מער טאָן, וואָס זיי זענען געהאַלטן אַז אַזוי איז מער שייך אַז זיי דינען דעם אייבערשטן. און דער אייבערשטער זאָגט “היטיבו כל אשר דברו”. זיי האָבן אַ פּוינט. ס’איז דאָ אַזאַ זאַך ווי אַרבעט.

די צוויי מדרגות - מלאכים און בני אדם

קומט דאָך אויס אַזוי: “ואנכי ולא יהיה לך”, זענען זיי געווען אַזוי ווי מלאכים. און דאָס איז די שפּיץ וואָס איז געשען בחג השבועות. ס’איז געשען נאָר איין מאָל. כלל ישראל איז זוכה געווען צו דעם מדרגה. זענען זיי געווען אַזוי ווי אדם הראשון אין גן עדן. אָבער מ’האָט געזאָגט “שמענו ועשינו” - האָבן זיי געוואָלט צוריקגיין צו דעם מצב אַזוי ווי די וועלט איז, וואָס ס’איז דאָ נסיונות, האָבן זיי געוואָלט האָבן די אפשרות אויסצואַרבעטן די פלאַץ, אויסצואַרבעטן די כלים.

און דער אייבערשטער האָט געזאָגט “היטיבו כל אשר דברו” - ס’איז דאָ אַזאַ עבודה. און דאָ האָט זיך אָנגעהויבן דער המשך. איז וואָס זאָגט משה רבינו פאַר יידן ווען ער זאָגט דעם המשך אין פרשת דברים? “בלייבט עטס יעצט אין אַ מצב אַז עטס האָט פרישע נסיונות, וואָס עטס האָט נישט געוואָלט בלייבן אויף די הויכע דרגה פון מלאכים, אָבער פון יעצט און ווייטער וואוינט מען דאָך. היצט זענען מיר אַזוי ווי ס’דאַרף צו זיין. גייט מען אַריין אין ארץ ישראל - וואָס טוט מען אין ארץ ישראל? דאָרט נסיונות, מ’דאַרף אויסאַרבעטן אַלעס וואָס מ’דאַרף טון. מ’איז נישט אין גן עדן”.

אָבער דאָס איז ריכטיג פאַר די גאַנצע תורה: עטס זענט זוכה צו דעם וואָס עטס האָט געוואָלט. “היטיבו כל אשר דברו” - דאָרט וועט זיין די מדרגה פון “בשמני ועשני” [או נעשה ונשמע], מ’קומט צו אַ דרגה וואָס אַלע נקודות, אַלע די כלים ווערן אויסגעאַרבעט, און מ’וועט עס קענען טאָן בשלימות.

פרק יב טעם עליון וטעם תחתון

דעם מגן אברהם’ס קשיא

ס’איז דאָ אַ קשיא וואָס יעדער איינער פרעגט, דער מגן אברהם אַליין פרעגט דאָס[25]: מ’לייענט די טראָפן אין די תורה - ס’איז דאָ די עשרת הדברות, ס’איז דאָ די טעם עליון, דאָ טראָפן העכער פון די אותיות. די טראָפן זענען נאָך דאָ לכאורה הלכה למשה מסיני. ביז ס’איז געקומען צום עשרת הדברות טעם עליון, וואָס איז דאָס? ס’איז דאָ טעם תחתון און טעם עליון אויף יעדן פסוק אין די תורה, אויב ס’איז דאָ אַזאַ זאַך. וואָס פּונקט נאָר אין עשרת הדברות איז געבליבן [צו לייענען מיט די צוויי טעמים]?

נאָך דעם פאַרשידענע מנהגים: ס’איז דאָ וואָס מ’לייענט נאָר שבועות טעם עליון, [און] טעם השבת נישט. אָבער אַפילו ס’איז דאָ טעם השבת וואָס הגם מ’האָט נישט געלייענט, ס’איז אַ לעכערישע נייעס, ס’איז אַ לעכערישע נייעס. וואָס איז דאָס?

ודברת בם - דרשת ברכות

נאָך אַ זאַך: נאָך דעם איז דאָ אַ גמרא אין ברכות אַז “ודברת בם” - לכתחילה זאָל מען האָבן די תורה, די מצוה, וואָס כ’האָב דיר דאָס געוויזן[26]. דרשענען חז“ל: “ודברת בם” - עשרת הדברות; “תורה” - תורה שבכתב; “מצוה” - תורה שבעל פה. וואָס איז דאָס שייכות? עשרת הדברות איז אַ פאַרט פון די תורה, ס’איז נישט אַ פאַרט פון די תורה? וואָס איז דאָס?

מ’האָט געזאָגט אַז מ’פלעגט זאָגן עשרת הדברות יעדן טאָג. דער שלחן ערוך ברענגט דאָס: “מפני תרעומת המינים” - מ’זאָגט אַז “איין תורה אַלא זו”, ס’איז גאָרנישט קיין אַנדערע תורה. די עשרת הדברות האָט מען אויפגעהערט מיט דעם גאַנצן [תקנה][27]. וואָס איז דאָס?

דער הסבר - מדרגת הנבואה

די הסבר איז פּשוט: דער מצב ווען די אידן האָבן זוכה געווען צו נבואה. זיי זענען זוכה געווען צו דעם “אנכי ולא יהיה לך” און זענען אַלע געווען אין די דרגה. זאָגט מען: “איך געדענק נישט גאָרנישט” - כפו עליהם הר כגיגית. ס’איז אַ גוטע קשיא. אָבער די סיבה פאַר וואָס “אנכי” איז נישט קיין מצוה, איז ווייל אַפילו אויב דו געדענקסט נישט, ס’איז אין דיר. פאַרשטייסטו? אידן האָבן דעם “אנכי ולא יהיה לך” בילט-אין.

דאָס אַז ס’איז אַ מצוה, אין אַ סערטן סענס, לויט די שיטה ס’איז אַ מצוה, איז אַ ביסל סימילער צו דאָס אַז מ’לערנט די זאַכן און מ’קען פרעגן “איך געדענק נישט”. ס’איז אַ מצוה צו לערנען אַזאַ זאַך וואָס דו געדענקסט נישט, ווייל סאַבקאָנטשעסלי האָסטו עס אַפילו אויב דו געדענקסט דאָס נישט. סא בעצם איז עס נישט קיין מצוה, אָבער בעצם האָסטו עס אַפילו אָן דעם וואָס דו חזר’סט עס לערנען. אָבער מיט דעם וואָס דו לערנסט דאָס ביסטו זיך מקשר צו דעם פלאַץ. פאַרשטייסטו? סא די שיטה צווישן זיי איז נישט אַזאַ גרויסע מחלוקת.

ודברת בם - בעומק

יעצט פאַרשטייסטו אַז דער מצב ווען דו לערנסט תורה ביסטו אין אַ דרגה פון נבואה. האָבן מיר היינט, אין די תורה וואָס מיר האָבן, בעומק תורה - “תבא לן משה” - איז פון [דעם שורש]. דאָס איז דער טעם עליון וואָס איז דאָ ביי עשרת הדברות, וואָס מ’לייענט דאָרט שבועות (אָדער אַנדערע ווען דאָס איז סקעדזשואַלד), און מ’וויל איבערחזר’ן וויאַזוי מ’האָט געהערט די תורה ווען מ’איז געווען במדרגת הנביא.

טעם עליון און טעם תחתון - חילוקים

וואָס איז די עיקר חילוק פונעם טעם עליון מיט דעם טעם תחתון, חוץ פונעם ניגון וואָס איז אַנדערש? איינע פון די מעין חילוקים איז למשל: “אנכי ולא יהיה לך” איז איין פסוק ביי טעם עליון; ס’איז נישט צוויי פסוקים. אין טעם תחתון איז עס צוויי פסוקים. ס’איז דאָ נאָך חילוקים: “לא תרצח” איז איין פסוק עס איז מיט אַ קמץ; ביי די אַנדערע פסוקים דאָרט עס איז “לא תרצח” מיט די נעקסטע איז איינס - ס’איז “לא תרצח” מיט אַ פתח, ווייל ס’איז נאָך אינמיטן פסוק.

טעם עליון - חזרה למצב לוחות ראשונים

אָבער די נקודה איז: ווען מ’לייענט די עשרת הדברות מיט טעם עליון, גייט מען צוריק אין אַ געוויסן זינען צו דעם מצב ווי ס’איז געווען ביי עשרת הדברות פאַר ס’איז געווען די תורה וואָס מיר האָבן היינט אין אונזערע הענט. אין אַנדערע ווערטער: די תורה וואָס מיר האָבן אין אונזערע הענט, וואָס פאַרציילט אונדז די עשרת הדברות, רעדט פון די עשרת הדברות, ס’איז דאָ אַ רושם פון וואָס דאָרטן איז געווען. אָבער ווען מ’לייענט די עשרת הדברות פונעם תורה מ’וויל זיין שייך צו דעם מצב פון לוחות ראשונים - איז דאָ דעם סאָרט פון [קריאה].

די לוחות, די לוחות’דיגע תורה איז נישט קיין טעמים. דאָס איז אדם הראשון אין גן עדן - אַלעס איז דאָרט גוט. אָבער מיט אַ עבודה, אַן עבודה. פאַר’ן געגעסן פונעם עץ הדעת האָט ער נישט געפילט דעם טשאַלענדזש - ער איז געווען ווי אַ מלאך. דאָרט ביי די עשרת הדברות וואָלט מען נישט געדאַרפט דעם רעסט פונעם תורה ווען עס וואָלט געווען ביי דער בחינה. אַלץ וואָלט געבליבן שטיין ביי “אנכי ולא יהיה לך” ווען עס וואָלט געווען ביי לוחות ראשונים. חז“ל זאָגן: “חירות ממלאך המות” - אַלעס איז געוואָרן [חירות]. וואָס איז געשען נאָכדעם? ס’האָט געקראַכט דער מצב.

דאס סוד פון די צוויי טעמים

דער שורש פון אַלעס איז: דער אור עליון קומט אַראָפ, דער אייבערשטער וויל משפיע זיין און ער וויל שיינען כביכול אויף די גאַנצע וועלט. “אנכי”, כביכול, איז דער אור פונעם אייבערשטן וואָס ער זאָגט “איך בין דאָ”. און וואָס איז “לא יהיה לך”? ס’איז נישט פאַראַן אַנדערע געטשקעס, ס’איז נישט פאַראַן קיין אייגענע גאָט. דער מצב פון “אנכי ולא יהיה לך” בייסיקלי איז דער סאָרט פונעם אור וואָס מ’דאַרף האַלטן.

מפי הגבורה שמענו - וואָס איז מפי הגבורה? וויאַזוי דער פלאַץ ווי די גבורה כביכול שטעלט זיך אַוועק און שלעפט צו אים. און דאָס קען מען דאָך נישט נעמען. אַ רושם - וואָס מ’האָט משיג געווען ביי דעם וועג דאָ וואָס מ’האָט געזאָגט, מ’איז משיג אַז ס’איז דאָ אַ באַשעפער וואָס רעדט מיט אונדז, ער האָט וואָס צו זאָגן.

סא וואָס טוט מען נאָכדעם וואָס ער האָט וואָס צו זאָגן? מ’זאָגט: לערן מיר אויס, זאָג מיר וואָס יא און וואָס נישט. דאָס איז די רעסט פון די תורה וואָס איז געקומען פון משה רבינו. עס קומט די גאַנצע תרי“ג מצוות וואָס זאָגט דאָס יא, ס’וועט זיך טרעפן מיט דעם, אַלע זאַכן נישט. עס קומט אַלע לאוין וואָס בייסיקלי איז נכלל אין “לא יהיה לך”, און אַלע מצוות עשה איז “אנכי ה’ אלקיך”.

דער שורש פון אַלע מצוות עשה איז די גילוי פונעם אייבערשטן; און די פּראָבלעם פון אַלע מצוות לא תעשה איז: אויב איך האָב אַ חשבון דאָרטן, וועל איך פאַרלירן מיין קשר מיט’ן אייבערשטן. סא דער שורש פון אַלעס איז “אנכי ולא יהיה לך”, און דאָס איז מפי הגבורה. און פון דאָרטן איז דאָ די תורה. אָבער די תורה אין דעם גרעסטן גילוי איז געווען לאמיר זאָגן די העכסטע מדרגה; וואָס מ’לערנט אַ קלענערע גילוי פון תורה איז געווען אַ מדרגה נאָכדעם, און אַזוי ווייטער. דאָס זענען די חילוקים.

אָבער פאַרשטיי גוט: דער סוד פון תורה - דער אייבערשטער רעדט, פירוש דער אייבערשטער זאָל זיך אַנטפלעקן - ער זאָל זיך אַנטפלעקן עס קומט פון דעם סוד פון “אנכי ולא יהיה לך”. אָבער אַז ס’איז נישטאָ קיין “אנכי ולא יהיה לך”, לייענט מען סתם אייגענע פאַנטאַזיעס; און אַז מ’לייענט אייגענע פאַנטאַזיעס איז עס מחטאת אשם. מ’קען האַלטן פון אַ מחטאת אשם זאָגט די אַלע זאַכן, ווייל מיר זענען אין אַ מצב פונעם עקאָ.

דער סוד פון שבועות

אָבער די סוד פון שבועות ווען מ’לייענט עס ריכטיג אָפ: ווען די יציאת מצרים מיט די [פאַראַלעלן] וואָס איך האָב פריער געזאָגט, מ’קען זען עשרה מאמרות נברא העולם, און מ’קען מגלה זיין די עשרת הדברות אין דעם וואָס איז געווען די עשר מכות. אָבער בעצם דער סוד פון “אנכי ולא יהיה לך” איז ווען מ’דערהערט אַז דער סוד פון די מכות איז נישט חס ושלום ווייל דער אייבערשטער וויל געבן מכות, נאָר בעצם האַנדלט מען איבער אַ מצב פונעם עשר מכות.

מ’קען אַזוי זאָגן: אויב אַ מענטש האָט נאָך אַ שייכות צו [יסורים] - אויב אַ מענטש עקספּעריענסט נאָך יסורים און ער הערט נישט דעם דבר ה’, איז ער אין דעם מצב. טאַלק טו יורסעלף: אויב אַ מענטש הערט נישט די תורה און וואָס איז נוגע, אפשר טאַקע דאָס.

פרק יג חטא העגל וענין השתלשלות הזמן

נאך מתן תורה

נו גוט. ס’איז דאָך געווען צדיקים, אַזוינס און אַזעלכעס, און זיי האָבן געמיינט מ’דאַרף גיין קיין ארץ ישראל, מ’דאַרף לערנען תורה אַזוי ווי אמונה, נישט געווען צייט אַזוי ווי משה רבינו זאָגט דאָ. ס’איז דאָך געווען צו ענדערן דעם דבר השם. מ’דאַרף זיך אָפקלערן פון דעם וואָס מ’גייט קיין ארץ ישראל, מ’דאַרף, מ’דאַרף טאָן די תורה, מ’דאַרף טאָן וואָס מ’דאַרף טאָן.

דער חטא העגל

און וואָס איז געשען? גלייך נאָך מתן תורה, וואָס איז געשען? דער חטא העגל. וואָס מיינט געשען מיט דעם חטא העגל? אַלעס וואָס מיר לערנען, מ’זאָגט עפּעס פנימיות. מ’זאָגט דעם זעלבן זאַך נאָכאַמאָל: מ’האָט געזען די גרויסע חכמה, מ’האָט פאַרלוירן די השראת השכינה. מ’זאָל עס מקבל זיין ביים בית המקדש.

ענינים פון לערנען רמב“ן: ער זאָגט מ’האָט געוואָלט ממשיך זיין די פנימיות פון דעם שער פון די מרכבה. די נקודה איז: אַ מוראדיגע עבודה, ס’איז נישט געווען מסוגל צו מקבל זיין די אַלע תיקונים וואָס מ’דאַרף מקבל זיין. די עבודה דורך דעם קומט מען צום בית המקדש - דאָס איז געווען דער סוד פון די עבודה זרה. זיי זענען נכשל געוואָרן אין דעם חטא.

נו ס’איז געווען נאָכדעם, נאָכדעם איז דאָך צוריק געפאַלן. “ושומו שמים” זאָגט ער דאָ: אויב זיי וואָלטן זיך באַוואָרנט געווען ביי די חטא העגל, זאָלן זיי נישט דורך דעם פאַלן, ווייל דאָס איז געווען די ערשטע מצוה וואָס מיר האָבן מקבל געווען בשלימות. און זיי האָבן נישט געהאַט, זענען זיי געפאַלן. אָבער מ’פאַרשטייט אַז דער נסיון נאָך מתן תורה צו אַזאַ גרויסע עבירה ווי עבודה זרה - מ’דאַרף [פאַרשטיין אין דעם דרך פנימיות].

פרק יד וביום פקדי ופקדתי - פשט הברדיטשעווער רב

דעם קאזשניצער מגיד’ס פירוש

ס’איז דאָ אַ ווערטל פונעם בארדיטשעווער רב, איך מיין ס’שטייט אין ספר. דער קאָזשניצער מגיד ברענגט דאָס אין פרשת בלק. ווען בלעם האָט געזען “וישכן ישראל לשבטיו”, דאָרט שטייט אַ גוואלד ווען ער האָט געזען עפּעס אַ פגם. “וישכן ישראל לשבטיו” זאָגט רש“י דאָ אַז ער האָט געקוקט אויף די חטאים וואָס אידן האָבן געזינדיגט אין מדבר, דער חטא העגל, ער האָט געמיינט אַז דורך דעם וועט ער קענען שעלטן[28].

דעם ברדיטשעווער רב’ס קשיא

ברענגט ער דאָרט אַז דער בארדיטשעווער רב האָט געפרעגט אַ מוראדיגע קשיא, ס’פּאַסט פאַר אים צו פרעגן די קשיא וואָס יעדער מענטש וואָלט געדאַרפט פרעגן. מ’זאָגט דאָך דער אייבערשטער איז אַ רחום וחנון. ער מוחל יעדן יום כיפור זאָגן מיר “כי על כל עונותיך אני סולח לך”, מוחל עוונותינו בכל שנה ושנה. איז חטא העגל - “וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם”?

דעם בארדיטשעווער’ס הייליגער פשט

דער בארדיטשעווער זאָגט אויף דעם: ווען ס’איז דאָ עפּעס אַ חטא ביי אידן[29] דאָס דאַרף מען לערנען דעם פסוק. ס’איז דאָך געווען גאָלד און זילבער און אַלעס וואָס אידן האָבן... זאָגט דער בארדיטשעווער רב אַ הייליג ווערטל - ס’דאַרף מען זיין ביי דעם בארדיטשעווער רב רעדן אין דעם סוכות.

ער זאָגט דעם עומק פונעם פסוק דאַרף מען פאַרשטיין אַזוי. ער זאָגט אַז ווען אַ מענטש איז זיך מנצח דעם יצר הרע, ער וויל זיין אַ צדיק, מאַכט סענס. און טאָמער ביי עפּעס אַ תאוה אָדער ביי עפּעס וואָס ער איז נכשל געוואָרן, ס’איז אַ געפערליכע זאַך. אויב צדיקים זענען בטבע צדיקים זענען זיי צדיקים; אַ מענטש וואָס בטבע דאַרף זיין אַ רשע איז ער אַ רשע. איז נישטאָ אַזאַ שטאַרקע שכר פאַר דעם צדיק, איז נישטאָ אַזאַ שטאַרקע טענה אויף דעם רשע.

ער זאָגט: אָבער וואָס טוט זיך ווען אַ מענטש איז בטבע אַ רשע? ער האָט דעם יצר הרע, ער שלאָגט זיך, ער איז מגלה דעם אמת אַזוי ווי מ’זאָגט, נישט דעם אמת דעם געפיל פונעם אמת, נאָר ער האָט אַ געפיל פונעם אייבערשטן, ער מאַכט אַ הכנעה, ער איז מגלה דעם שכינת השם, ער איז אַן ערליכער איד אַזוי ווי מ’זאָגט; אים קומט זיך אַ גרויסער שכר, ווייל ער האָט זיך געשלאָגן.

די טענה פון אומות העולם

זאָגט דער בארדיטשעווער רב: וואָס איז די טענה פון די אומות העולם? דאָרט ביים סוף [פון די צייטן] דאַרף דער אייבערשטער געבן די תורה פאַר די אומות העולם און זיי זאָגן “נישט פאַר מיר”. קומט צו די אידן: “נעשה ונשמע”, אויף דעם האָבן מיר געזען נעשה ונשמע! הייליגע מענטשן! אַזאַ זאַך צו זאָגן נעשה ונשמע, קומט זיך מוראדיגע שכר פאַר דעם? זיי האָבן איידעלע נשמות אַזוי ווי מ’זאָגט.

און וואָס האָבן מיר געזען שפּעטער? “וביום פקדי ופקדתי”. דאָס איז דער ווערטל וואָס מיר רעדן. דער אייבערשטער קומט צוריק צו דעם פלאַץ פון דעם נסיון וואָס איז געשען. ס’איז געווען אַ נסיון פון חטא העגל און זיי זענען דורך געפאַלן. טאָ וואָס זאָגט דער אייבערשטער? ער זאָגט “וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם”.

זאָגט דער בארדיטשעווער רב אַ פּשט אַזוי: דער אייבערשטער זאָגט “וביום פקדי” - ווען איך וועל געדענקען, ווען ס’וועט קומען די צייט וואָס דער אייבערשטער דאַרף געבן פאַר די אידן דעם גרויסן שכר וואָס זיי דעזערוון, וועלן קומען די מקטרגים און זאָגן: “פאַר וואָס געסטו זיי דעם שכר? ס’זענען דאָך הייליגע מענטשן! זענען זיי דאָך גאָר גרויסע נשמות! ס’איז דאָך בטבע הייליגע מענטשן!” “ופקדתי עליהם חטאתם” - איך וועל געדענקען וואָס זיי קענען טאָן! זיי זענען בטבע אַלעמאָל הייליגע מענטשן, און דערפאַר וועל איך זיי דאָך געבן דעם שכר. אַזוי האָט ער געטייטשט דעם פסוק “וביום פקדי ופקדתי עליהם חטאתם”.

גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך

ער זאָגט: דאָס איז דער פּשט וואָס חז“ל זאָגן “גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך”. חז“ל דרשענען “אלה” גייט אַרויף אויפן חטא העגל וואָס מ’זאָגט “אלה אלהיך ישראל”[30]. דער אייבערשטער זאָגט “גם אלה תשכחנה” - איך וועל פאַרגעסן דעם חטא העגל. ווי קען מען פאַרגעסן דעם חטא העגל נאָך אַזאַ מעמד הר סיני? “ואנכי לא אשכחך” - דער אייבערשטער זאָגט: דעם מעמד פון “אנכי ה’ אלקיך”, דאָס וועל איך נישט פאַרגעסן.

פרק טו סיום וחתימה

אנכי לא אשכחך - דער שורש פון אונזער קשר

וואָס ליגט דאָ? דאָס האַלט מען דאָ - די גאַנצע תורה וואָס מ’לערנט נאָך ביז היינט. “וביום פקדי ופקדתי”, און זיי זענען אַלע געווען אויף די דרגא אַזוי ווי מ’איז אַלע געווען אויף די דרגא פון משה רבינו “אנכי עומד בין ה’ וביניכם”. אַז מיר זענען געווען צו דעם שורש פון אונזערע נשמות, אַז אונדז זענען מגלה דעם שיין השם.

נאָכדעם זענען מיר צוריקגעגאַנגען צו דעם פלאַץ פון “ושמענו ועשינו”, וואָס מ’דאַרף מברר זיין דעם פלאַץ. אין דער ריי זענען מיר אַלעמאָל צוריקגעגאַנגען צו דעם פלאַץ, איז די זאַכן וואָס זענען געמאַכט אינדערוועגנס. אָבער ווען אונדז זענען ענדיגן און אונדז זענען מגלה דעם שיין השם צום סוף, און עס מלאַכ’ט שוין די צייט פון די גאַנצע וועלט, און דער רבונו של עולם קומט געבן שכר פאַר די אַלע כלים - ווי ער האָט פאַקטיש באַשאַפן פאַר די אַלע מחשבות, ווייל זיי האָבן די כלים, זיי האָבן די תשובה - עס איז נישט וויכטיג ווען מ’נוצן עס ריכטיג.

ברכת סיום

אַזוי זאָל דער אייבערשטער העלפן, אונדז זאָלן אַרויסנעמען פון די שווערעקייטן: “בורא ניב שפתים, שלום שלום לרחוק ולקרוב אמר ה’ ורפאתיו”[31].

דאָס זענען די ווערטער וואָס מיר לערנען. דאָס איז נישט אַזוי שרעקעדיג. אַז מיר זאָלן וויסן אַז דאָס איז אַלץ די זעלבע מאמרי חז“ל וואָס מיר לערנען די גאַנצע צייט. ס’איז נאָר אַ ביסל אַנדערע שפּראַך, אַ ביסל קומט צוריק צו די זאַכן וואָס מיר לערנען יעדן טאָג, וואָס מיר לערנען אין חדר. מ’דאַרף עס נאָר אַראָפנעמען טיף.

❖ ❖ ❖

חזק חזק ונתחזק

ובא לציון גואל אמן ואמן

Shavuos · Shavuos (Erev Shavuos shiur)